Publicidade

1 Samuel 28

1 און עס איז געװען אין יענע טעג, האָבן די פּלִשתּים אײַנגעזאַמלט זײערע מחנות אין קריג, צו האַלטן מלחמה אױף יִשׂרָאֵל. און אָכיש האָט געזאָגט צו דָוִדן: װיסן זאָלסטו װיסן, אַז דו װעסט אַרײַנגײן מיט מיר אין חיל, דו און דײַנע מענטשן. 2 האָט דָוִד געזאָגט צו אָכישן: דערפֿאַר װעסט דו געװאָר װערן, װאָס דײַן קנעכט װעט אױפֿטאָן. האָט אָכיש געזאָגט צו דָוִדן: דערפֿאַר װעל איך דיך מאַכן פֿאַרן שומר פֿון מײַן קאָפּ אַלע טעג.

3 און שמוּאֵל איז געשטאָרבן, און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן אים באַקלאָגט, און זײ האָבן אים באַגראָבן אין רָמָה, אין זײַן שטאָט. און שָאול האָט געהאַט אָפּגעטאָן פֿון לאַנד די גײַסטערזעער און די טױטנבאַשװערער.

4 און די פּלִשתּים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען געקומען און האָבן געלאַגערט אין שוּנֵם, און שָאול האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן געלאַגערט אין גִלבוֹעַ. 5 און שָאול האָט געזען דעם לאַגער פֿון די פּלִשתּים, און ער האָט מורא געקריגן, און זײַן האַרץ האָט זײער געציטערט. 6 און שָאול האָט געפֿרעגט בײַ ה׳, אָבער ה׳ האָט אים נישט געענטפֿערט, נישט דורך חלומות, נישט דורך די אורים, נישט דורך נבֿיאים.

7 האָט שָאול געזאָגט צו זײַנע קנעכט: זוכט מיר אױף אַ פֿרױ אַ גײַסטערזעערין, און איך װעל גײן צו איר, און װעל בײַ איר פֿרעגן. האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: אָט איז דאָ אַ פֿרױ אַ גײַסטערזעערין אין עֵין-דוֹר.

8 האָט שָאול זיך פֿאַרשטעלט, און ער האָט אָנגעטאָן אַנדערע בגדים, און ער איז געגאַנגען, און צװײ מענער מיט אים. און זײ זײַנען געקומען צו דער פֿרױ בײַ נאַכט, און ער האָט געזאָגט: װאָרזאָג מיר, איך בעט דיך, דורך אַ גײַסט, און ברענג מיר אױף דעם װאָס איך װעל דיר זאָגן. 9 האָט די פֿרױ צו אים געזאָגט: זע, דו װײסט װאָס שָאול האָט געטאָן, װי ער האָט פֿאַרשניטן די גײַסטערזעער און די טױטנבאַשװערער פֿון לאַנד, און פֿאַר װאָס לײגסטו אַ שטרױכלונג בײַ מײַן לעבן מיך צו טײטן?

10 האָט שָאול איר געשװאָרן בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי ה׳ לעבט, אױב דיר װעט געשען אַ שטראָף װעגן דער דאָזיקער זאַך! 11 האָט די פֿרױ געזאָגט: װעמען זאָל איך דיר אױפֿברענגען: האָט ער געזאָגט: שמוּאֵל ברענג מיר אױף.

12 און װי די פֿרױ האָט דערזען שמוּאֵלן, אַזױ האָט זי אױסגעשריִען אױף אַ הױכן קֹול; און די פֿרױ האָט געזאָגט צו שָאולן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָסטו מיך גענאַרט? דו ביסט דאָך שָאול. 13 האָט דער מלך צו איר געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן; װאָס זעסטו דען? האָט די פֿרױ געזאָגט צו שָאולן: ג‑טער זע איך אַרױפֿגײן פֿון דער ערד.

14 האָט ער צו איר געזאָגט: װאָס איז זײַן געשטאַלט? האָט זי געזאָגט: אַן אַלטער מאַן קומט אַרױף, און ער איז אײַנגעװיקלט אין אַ מאַנטל. האָט שָאול געװוּסט אַז דאָס איז שמוּאֵל, און ער האָט זיך גענײגט מיטן פּנים צו דער ערד, און זיך געבוקט.

15 האָט שמוּאֵל געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָס האָסטו מײַן רו געשטערט, מיך אױפֿצוברענגען? האָט שָאול געזאָגט: מיך האָט זײער צוגעדריקט, װאָרעם די פּלִשתּים האַלטן מלחמה אױף מיר, און אלֹקים האָט זיך אָפּגעקערט פֿון מיר, און ער ענטפֿערט מיר נישט מער, נישט דורך נבֿיאים, נישט דורך חלומות; האָב איך דיך גערופֿן, מיך צו לאָזן װיסן, װאָס איך זאָל טאָן.

16 האָט שמוּאֵל געזאָגט: און נאָך װאָס פֿרעגסטו מיך, אַז ה׳ האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון דיר, און איז געװאָרן דײַן פֿײַנט? 17 און ה׳ האָט פֿאַר זיך געטאָן װאָס ער האָט גערעדט דורך מיר, און ה׳ האָט אַװעקגעריסן די מלוכה פֿון דײַן האַנט, און האָט זי געגעבן צו אַן אַנדערן, צו דָוִדן. 18 אַזױ װי דו האָסט נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳, און האָסט נישט אױסגעפֿירט זײַן גרימצאָרן אױף עַמָלֵק, דערום האָט ה׳ געטאָן צו דיר די דאָזיקע זאַך הײַנטיקן טאָג. 19 און ה׳ װעט אױך געבן יִשׂרָאֵל מיט דיר אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים. און מאָרגן װעסט דו און דײַנע זין זײַנען מיט מיר. אױך דעם חיל פֿון יִשׂרָאֵל װעט ה׳ געבן אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.

20 איז שָאול באַלד אַנידערגעפֿאַלן װי הױך ער איז אױף דער ערד, און ער האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר די װערטער פֿון שמוּאֵלן; אױך האָט ער קײן כּוֹח נישט געהאַט, װײַל ער האָט נישט געהאַט געגעסן קײן ברױט אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט.

21 איז די פֿרױ צוגעגאַנגען צו שָאולן, און זי האָט געזען אַז ער איז זײער דערשראָקן, און זי האָט צו אים געזאָגט: זע, דײַן דינסט האָט צוגעהערט צו דײַן קֹול, און איך האָב גענומען מײַן לעבן אין מײַן האַנט, און האָב געהאָרכט צו דײַנע װערטער װאָס דו האָסט גערעדט צו מיר. 22 און אַצונד, איך בעט דיך, הער דו אױך צו דעם קֹול פֿון דײַן דינסט, און לאָמיר לײגן פֿאַר דיר אַ שטיקל ברױט, און עס, און װעסט האָבן כּוֹח, אַז דו װעסט גײן אין װעג.

23 האָט ער נישט געװאָלט, און ער האָט געזאָגט: איך װעל נישט עסן. אָבער זײַנע קנעכט און אױך די פֿרױ זײַנען צוגעשטאַנען צו אים, און ער האָט צוגעהערט צו זײער קֹול, און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון דער ערד, און האָט זיך געזעצט אױפֿן בעט.

24 און די פֿרױ האָט געהאַט אַ געשטאָפּט קאַלב אין הױז, האָט זי געאײַלט און האָט עס געשאָכטן, און זי האָט גענומען מעל און פֿאַרקנעטן, און האָט דערפֿון אױסגעבאַקט אומגעזײַערט ברױט. 25 און זי האָט דערלאַנגט פֿאַר שָאולן און פֿאַר זײַנע קנעכט, און זײ האָבן געגעסן. און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און זײַנען אַװעקגעגאַנגען אין דער אײגענער נאַכט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-