1 און דער אָרון פֿון ה׳ איז אָפּגעװען אין פֿעלד פֿון די פּלִשתּים זיבן חדשים. 2 האָבן די פּלִשתּים גערופֿן די פּריסטער און די װאָרזאָגער, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון ה׳? מאַכט אונדז װיסן מיט װאָס מיר זאָלן אים אָפּשיקן צו זײַן אָרט. 3 האָבן זײ געזאָגט: אַז איר שיקט אָפּ דעם אָרון פֿון דעם אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָלט איר אים נישט אָפּשיקן מיט לײדיקן; נײַערט אָפּצאָלן זאָלט איר אים אָפּצאָלן אַ שולדאָפּפֿער; דענצמאָל װעט איר געהײלט װערן, און אײַך װעט באַװוּסט װערן פֿאַר װאָס זײַן האַנט האָט זיך נישט אָפּגעטאָן פֿון אײַך. 4 האָבן זײ געזאָגט: װאָס זאָל זײַן דאָס שולדאָפּפֿער װאָס מיר זאָלן אים אָפּצאָלן? האָבן זײ געזאָגט: לױט דער צאָל פֿון די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, פֿינף גילדערנע בלאָטערן און פֿינף גילדערנע מײַז; װאָרעם אײן מגפֿה איז געװען אױף אַלעמען און אױף אײַערע פֿירשטן. 5 דערום זאָלט איר מאַכן די געשטאַלטן פֿון אײַערע בלאָטערן, און די געשטאַלטן פֿון אײַערע מײַז, װאָס פֿאַרדאַרבן אײַער לאַנד, און איר זאָלט געבן כּבֿוד צום אלוקי יִשׂרָאֵל; אפֿשר װעט ער פֿאַרגרינגערן זײַן האַנט פֿון אײַך, און פֿון אײַערע ג‑טער, און פֿון אײַער לאַנד. 6 און נאָך װאָס זאָלט איר האַרט מאַכן אײַער האַרץ, אַזױ װי די מִצרַיִם און פַּרעה האָבן געמאַכט זײער האַרץ? פֿאַר װאָר, אַז ער האָט זיך אָנגעטאָן אָן זײ, האָבן זײ זײ אַװעקגעלאָזן, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 7 און אַצונד, נעמט און מאַכט אַ נײַעם װאָגן, און צװײ געקעלבטע קי, װאָס אױף זײ איז נישט אַרױף אַ יאָך; און איר זאָלט אײַנשפּאַנען די קי אין דעם װאָגן, און אומקערן זײערע קעלבער פֿון הינטער זײ אַהײם. 8 און איר זאָלט נעמען דעם אָרון פֿון ה׳, און אים אַרױפֿלײגן אױפֿן װאָגן, און די גילדערנע זאַכן װאָס איר צאָלט אים אָפּ פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער, זאָלט איר אַרײַנטאָן אין אַ קאַסטן אים בײַן זײַט; און איר זאָלט אים אַװעקלאָזן ער זאָל גײן. 9 װעט איר זען, אױב מיט דעם װעג פֿון זײַן געמאַרק װעט ער אַרױפֿגײן, קײן בֵית-שֶמֶש, האָט ער אונדז געטאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און אױב נישט, װעלן מיר װיסן אַז נישט זײַן האַנט האָט אונדז געטראָפֿן; דאָס איז אונדז אַ סיבה געשען.
10 האָבן די מענטשן אַזױ געטאָן; און זײ האָבן גענומען צװײ געקעלבטע קי, און זײ אײַנגעשפּאַנט אין אַ װאָגן און זײערע קעלבער האָבן זײ פֿאַרשפּאַרט אין דער הײם. 11 און זײ האָבן אַרױפֿגעטאָן אױפֿן װאָגן דעם אָרון פֿון ה׳, און דעם קאַסטן מיט די גילדערנע מײַז און די געשטאַלטן פֿון זײערע בלאָטערן. 12 און די קי האָבן זיך פֿאַרנומען גלײַך מיטן װעג, אױפֿן װעג פֿון בֵית-שֶמֶש; אױף אײן שליאַך זײַנען זײ געגאַנגען, געגאַנגען און געמוּעט, און זײ האָבן זיך נישט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס. און די פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים זײַנען געגאַנגען הינטער זײ ביז דעם געמאַרק פֿון בֵית-שֶמֶש.
13 און די בֵית-שֶמֶשער האָבן געשניטן דעם שניט פֿון װײץ אין טאָל, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, און האָבן דערזען דעם אָרון, און האָבן זיך דערפֿרײט אים צו זען. 14 און דער װאָגן איז צוגעקומען צו דעם פֿעלד פֿון יְהוֹשועַ דעם בֵית-שֶמֶשער, און האָט זיך דאָרטן אָפּגעשטעלט. און דאָרטן איז געװען אַ גרױסער שטײן, האָבן זײ צעהאַקט דאָס האָלץ פֿון װאָגן, און די קי האָבן זײ אױפֿגעבראַכט אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳. 15 און די לוִיִים האָבן אַראָפּגענומען דעם אָרון פֿון ה׳ און דעם קאַסטן װאָס מיט אים, װאָס דרינען זײַנען געװען די גילדערנע זאַכן, און אַרױפֿגעטאָן אױף דעם גרױסן שטײן. און די מענטשן פֿון בֵית-שֶמֶש האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער אין יענעם טאָג צו ה׳.
16 און די פֿינף פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים האָבן דאָס געזען, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן עֶקרוֹן אין דעם אײגענעם טאָג.
17 און דאָס זײַנען די גילדערנע בלאָטערן װאָס די פּלִשתּים האָבן אָפּגעצאָלט אַ שולדאָפּפֿער צו ה׳: פֿאַר אַשדוֹד אײנער, פֿאַר עַזָה אײנער, פֿאַר אַשקלוֹן אײנער, פֿאַר גַת אײנער, פֿאַר עֶקרוֹן אײנער. 18 און די גילדערנע מײַז זײַנען געװען די צאָל פֿון אַלע שטעט פֿון די פּלִשתּים אונטער די פֿינף פֿירשטן, פֿון אַ פֿעסטונגשטאָט און ביז אַן אָפֿענעם דאָרף, און ביז דעם גרױסן שטײן, װאָס זײ האָבן אױף אים אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון ה׳; ער איז ביז אױף הײַנטיקן טאָג אין דעם פֿעלד פֿון יְהוֹשועַ דעם בֵית-שֶמֶשער.
19 און ער האָט געשלאָגן צװישן די מענטשן פֿון בֵית-שֶמֶש, װײַל זײ האָבן געקוקט אױף דעם אָרון פֿון ה׳, און ער האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק זיבעציק מאַן און פֿופֿציק טױזנט מאַן. און דאָס פֿאָלק האָט געטרױערט װאָס ה׳ האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק אַ גרױסן שלאַק. 20 און די מענטשן פֿון בֵית-שֶמֶש האָבן געזאָגט: װער קען באַשטײן פֿאַר ה׳ דעם דאָזיקן הײליקן אלֹקים? און צו װעמען זאָל ער אַרױפֿגײן פֿון אונדז?
21 האָבן זײ געשיקט שלוחים צו די באַװױנער פֿון קִריַת-יְעָרים, אַזױ צו זאָגן: די פּלִשתּים האָבן אומגעקערט דעם אָרון פֿון ה׳. נידערט אַראָפּ, נעמט אים אַרױף צו אײַך.