1 און עס איז געװען אײן טאָג, האָט יוֹנָתָן דער זון פֿון שָאולן געזאָגט צו דעם יונג, זײַן װאַפֿנטרעגער: קום און לאָמיר אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די פּלִשתּים װאָס אױף יענער זײַט; און זײַן פֿאָטער האָט ער נישט געזאָגט. 2 און שָאול איז געזעסן אין עק גִבֿעָה אונטער דעם מילגרױמבױם װאָס אין מִגרון; און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים איז געװען אַרום זעקס הונדערט מאַן. 3 און אַחִיָה דער זון פֿון אַחיטובֿ דעם ברודער פֿון אי-כּבֿוד, דעם זון פֿון פּינְחס, דעם זון פֿון עלי דעם כּהן פֿון ה׳ אין שילוֹ, האָט געטראָגן דעם אֵפֿוֹד. און דאָס פֿאָלק האָט נישט געװוּסט אַז יוֹנָתָן איז אַװעקגעגאַנגען.
4 און צװישן די איבערפֿאָרן װאָס יוֹנָתָן האָט געװאָלט אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די פּלִשתּים, איז געװען אַ שפּיץ פֿעלדז פֿון דער זײַט און אַ שפּיץ פֿעלדז פֿון דער אַנדער זײַט, און דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען בוֹצֵץ, און דער נאָמען פֿון אַנדערן סֶנֶה. 5 אײן שפּיץ אױפֿגעשטעלט פֿון צפֿון אַקעגן מִכמָש, און אײנער פֿון דָרום אַקעגן גֶבַֿע.
6 און יהוֹנָתָן האָט געזאָגט צו דעם יונג, זײַן װאַפֿנטרעגער: קום און לאָמיר אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די דאָזיקע אומבאַשניטענע. אפֿשר װעט ה׳ טאָן פֿאַר אונדז; װאָרעם בײַ ה׳ איז קײן אָפּהאַלט נישטאָ צו העלפֿן מיט פֿיל אָדער מיט װינציק. 7 האָט זײַן װאַפֿנטרעגער צו אים געזאָגט: טו אַלץ װאָס אין דײַן האַרצן; פֿאַרקער זיך; זע, איך בין מיט דיר װי נאָך דײַן האַרצן. 8 האָט יוֹנָתָן געזאָגט: אָט גײען מיר אַריבער צו די מענטשן, און מיר װעלן זיך באַװײַזן צו זײ; 9 אױב זײ װעלן זאָגן צו אונדז אַזױ: האַרט אױס ביז מיר קומען-צו צו אײַך, װעלן מיר שטײן אױף אונדזער אָרט, און װעלן נישט אַרױפֿגײן צו זײ; 10 אױב אָבער זײ װעלן זאָגן אַזױ: קומט אַרױף צו אונדז, װעלן מיר אַרױפֿגײן, װאָרעם ה׳ האָט זײ געגעבן אין אונדזער האַנט. און דאָס װעט אונדז זײַן דער צײכן.
11 האָבן זײ זיך בײדע באַװיזן צו דער װאַך פֿון די פּלִשתּים, און די פּלִשתּים האָבן געזאָגט: אָנקומען די עִבֿרים אַרױס פֿון די לעכער װאָס זײ האָבן זיך דאָרטן באַהאַלטן. 12 און די מענטשן פֿון דער װאַך האָבן זיך אָפּגערופֿן צו יוֹנָתָן און זײַן װאַפֿנטרעגער, און האָבן געזאָגט: קומט אַרױף צו אונדז, און מיר װעלן אײַך עפּעס צו װיסן טאָן. האָט יוֹנָתָן געזאָגט צו זײַן װאַפֿנטרעגער: קום אַרױף נאָך מיר, װאָרעם ה׳ האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון יִשׂרָאֵל.
13 און יוֹנָתָן האָט אַרױפֿגעקלעטערט אױף זײַנע הענט און אױף זײַנע פֿיס, און זײַן װאַפֿנטרעגער נאָך אים. און זײ זײַנען געפֿאַלן פֿאַר יוֹנָתָנען, און זײַן װאַפֿנטרעגער האָט געטײט הינטער אים. 14 און דער ערשטער שלאַק װאָס יוֹנָתָן און זײַן װאַפֿנטרעגער האָבן געשלאָגן, איז געװען אַרום צװאַנציק מאַן, אין אַרום אַ האַלבער בײט פֿון אַן אַקער פֿעלד. 15 איז געװאָרן אַ ציטערניש אין לאַגער אױפֿן פֿעלד, און צװישן גאַנצן פֿאָלק; די װאַך און די פֿאַרװיסטער, אַפֿילו זײ האָבן געציטערט; און די ערד האָט זיך געטרײסלט, און עס איז געװאָרן אַ ג-טס ציטערניש.
16 און די װעכטער פֿון שָאולן אין גבֿעת-בנימין האָבן אַ קוק געטאָן, ערשט די מחנה צעקריכט און גײט אַהין און אַהער. 17 האָט שָאול געזאָגט צו דעם פֿאָלק װאָס מיט אים: צײלט אַקאָרשט נאָך, און זעט װער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אונדז. האָבן זײ נאָכגעצײלט, ערשט יוֹנָתָן און זײַן װאַפֿנטרעגער זײַנען נישטאָ. 18 האָט שָאול געזאָגט צו אַחִיָהן: גענען דעם אָרון פֿון האלֹקים; װאָרעם דער אָרון פֿון האלֹקים איז געװען אין יענעם טאָג מיט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
19 און עס איז געװען, בעת שָאול האָט גערעדט מיט דעם כּהן, איז דער טומל װאָס אין לאַגער פֿון די פּלִשתּים געװאָרן אַלץ גרעסער און גרעסער. האָט שָאול געזאָגט צום כּהן: צי צוריק דײַן האַנט. 20 און שָאול און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען געקומען צו דער מלחמה, ערשט אײנעמס שװערד איז קעגן אַנדערן – זײער אַ גרױסע מהומה.
21 און די עִבֿרים װאָס זײַנען געװען מיט די פּלִשתּים אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן, די װאָס זײַנען אַרױפֿגעקומען מיט זײ אין לאַגער רונד אַרום, זײ אױך זײַנען צוגעשטאַנען צו די יִשׂרָאֵל װאָס מיט שָאולן און יוֹנָתָנען. 22 און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָבן זיך באַהאַלטן אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, האָבן געהערט אַז די פּלִשתּים זײַנען אַנטלאָפֿן, און זײ אױך האָבן זײ נאָכגעיאָגט אין דער מלחמה. 23 און ה׳ האָט געהאָלפֿן יִשׂרָאֵל אין יענעם טאָג. און די מלחמה איז אַװעק ביז אַריבער בֵית-אָוֶן.
24 און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען פֿאַרקלעמט אין יענעם טאָג, אָבער שָאול האָט באַשװאָרן דאָס פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס װעט עסן שפּײַז ביזן אָװנט, װען איך װעל זיך האָבן נוקם געװען אָן מײַנע פֿײַנט! און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט נישט פֿאַרזוכט קײן שפּײַז.
25 און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען אין װאַלד; און האָניק איז געװען אױפֿן פֿעלד. 26 און װי דאָס פֿאָלק איז געקומען אין װאַלד, ערשט אַ רינונג פֿון האָניק, אָבער קײנער האָט נישט צוגערירט זײַן האַנט צו זײַן מױל, װאָרעם דאָס פֿאָלק האָט מורא געהאַט פֿאַר דער שבֿועה. 27 אָבער יוֹנָתָן האָט נישט געהערט װי זײַן פֿאָטער האָט באַשװאָרן דאָס פֿאָלק, און ער האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין זײַן האַנט, און האָט אים אײַנגעטונקט אין דעם האָניקסאָט, און צוגעקערט זײַן האַנט צו זײַן מױל, און זײַנע אױגן האָבן אױפֿגעלוכטן. 28 האָט זיך אָפּגערופֿן אַ מאַן פֿון פֿאָלק, און האָט געזאָגט: באַשװאָרן האָט דײַן פֿאָטער באַשװאָרן דאָס פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס װעט הײַנט עסן שפּײַז! דערום איז דאָס פֿאָלק פֿאַרחלשט. 29 האָט יוֹנָתָן געזאָגט: פֿאַראומגליקט האָט מײַן פֿאָטער דאָס לאַנד; זעט, איך בעט אײַך, װי מײַנע אױגן האָבן אױפֿגעלוכטן, װײַל איך האָב פֿאַרזוכט אַ ביסל פֿון דעם דאָזיקן האָניק. 30 הײַנט װי שױן אַז עסן װאָלט געגעסן הײַנט דאָס פֿאָלק פֿון דעם רױב פֿון זײַנע פֿײַנט װאָס ער האָט געפֿונען? צי װאָלט נישט אַצונד דער שלאַק צװישן די פּלִשתּים געװען נאָך גרעסער?
31 און זײ האָבן געשלאָגן אין יענעם טאָג צװישן די פּלִשתּים פֿון מִכמָש ביז אַיָלוֹן, און דאָס פֿאָלק איז געװאָרן זײער פֿאַרחלשט. 32 און דאָס פֿאָלק האָט זיך אַ לאָז געטאָן צום רױב, און זײ האָבן גענומען שאָף און רינדער און יונגע רינדער, און האָבן געשאָכטן אױף דער ערד, און דאָס פֿאָלק האָט געגעסן מיטן בלוט.
33 האָט מען אָנגעזאָגט שָאולן, אַזױ צו זאָגן: זע. דאָס פֿאָלק זינדיקט צו ה׳, צו עסן מיטן בלוט. האָט ער געזאָגט: איר האָט געפֿעלשט; קײַקלט-צו אַקאָרשט צו מיר אַ גרױסן שטײן. 34 און שָאול האָט געזאָגט: צעשפּרײט זיך צװישן פֿאָלק, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: גענענט צו מיר איטלעכער זײַן אָקס, און איטלעכער זײַן שעפּס, און איר זאָלט שעכטן דאָ און עסן, און איר זאָלט נישט זינדיקן צו ה׳, צו עסן מיטן בלוט. האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק גענענט איטלעכער זײַן אָקס מיט זײַן האַנט יענע נאַכט; און זײ האָבן דאָרטן געשאָכטן. 35 און שָאול האָט געבױט אַ מזבח צו ה׳. דאָס איז געװען דער ערשטער מזבח װאָס ער האָט געבױט צו ה׳.
36 און שָאול האָט געזאָגט: לאָמיר אַראָפּנידערן נאָך די פּלִשתּים בײַ נאַכט, און רױבן צװישן זײ ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן, און לאָמיר נישט איבערלאָזן פֿון זײ אַ מאַן. האָבן זײ געזאָגט: אַלץ װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, טו. האָט דער כּהן געזאָגט: לאָמיר גענענען אַהער צו האלֹקים. 37 און שָאול האָט געפֿרעגט בײַ אלֹקים: זאָל איך אַראָפּנידערן נאָך די פּלִשתּים? װעסטו זײ געבן אין דער האַנט פֿון יִשׂרָאֵל? אָבער ער האָט אים נישט געענטפֿערט אין יענעם טאָג. 38 האָט שָאול געזאָגט: גענענט אַהער, אַלע פֿאָרשטײער פֿון פֿאָלק, און װערט געװאָר און זעט, דורך װאָס איז געשען די דאָזיקע זינד הײַנט? 39 װאָרעם אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס העלפֿט יִשׂרָאֵל, אַפֿילו װען דאָס איז אין מײַן זון יוֹנָתָנען, אַז שטאַרבן מוז ער שטאַרבן! אָבער קײנער פֿון גאַנצן פֿאָלק האָט אים נישט געענטפֿערט. 40 האָט ער געזאָגט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל: איר װעט זײַן אױף אײן זײַט, און איך און מײַן זון יוֹנָתָן װעלן זײַן אױף דער אַנדער זײַט. האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו שָאולן: װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, טו. 41 האָט שָאול געזאָגט צו ה׳ דעם אלוקי יִשׂרָאֵל: גיב די ריכטיקײט. זײַנען פֿאַרנומען געװאָרן יוֹנָתָן און שָאול, און דאָס פֿאָלק איז אַרױס. 42 האָט שָאול געזאָגט: װאַרפֿט צװישן מיר און צװישן מײַן זון יוֹנָתָן; און יוֹנָתָן איז פֿאַרנומען געװאָרן. 43 האָט שָאול געזאָגט צו יוֹנָתָנען: דערצײל מיר װאָס דו האָסט געטאָן. האָט אים יוֹנָתָן דערצײלט און האָט געזאָגט: פֿאַרזוכן האָב איך פֿאַרזוכט מיטן שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין מײַן האַנט אַ ביסל האָניק. אָט בין איך; לאָמיך שטאַרבן. 44 האָט שָאול געזאָגט: זאָל אלֹקים טאָן אַזױ און נאָך מער, אַז שטאַרבן מוזטו שטאַרבן, יוֹנָתָן! 45 האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו שָאולן: זאָל יוֹנָתָן שטאַרבן, דער װאָס האָט אױפֿגעטאָן די דאָזיקע גרױסע ישועה אין יִשׂרָאֵל? חלילה! אַזױ װי ה׳ לעבט, אױב אַ האָר פֿון זײַן קאָפּ װעט פֿאַלן צו דער ערד! װאָרעם מיט אלֹקים האָט ער דאָס אױפֿגעטאָן הײַנטיקן טאָג. און דאָס פֿאָלק האָט אױסגעלײזט יוֹנָתָנען, און ער איז נישט געשטאָרבן.
46 און שָאול איז אַװעק פֿון הינטער די פּלִשתּים, און די פּלִשתּים זײַנען געגאַנגען צו זײער אָרט.
47 און שָאול האָט פֿאַרנומען די מלוכה איבער יִשׂרָאֵל, און ער האָט מלחמה געהאַלטן רונד אַרום מיט אַלע זײערע פֿײַנט, מיט מוֹאָבֿ, און מיט די קינדער פֿון עַמוֹן, און מיט אֶדוֹם, און מיט די מלכים פֿון צוֹבֿה, און מיט די פּלִשתּים; און אומעטום װי ער פֿלעגט זיך קערן, פֿלעגט ער זײ אָנטאָן שלעכטס. 48 און ער האָט פֿאַרזאַמלט אַ חיל, און האָט געשלאָגן עַמָלֵק, און מציל געװען יִשׂרָאֵל פֿון דער האַנט פֿון זײַן רױבער.
49 און שָאולס זין זײַנען געװען יוֹנָתָן, און יִשוִי, און מַלכּי-שועַ; און די נעמען פֿון זײַנע צװײ טעכטער זײַנען געװען: דער נאָמען פֿון דער עלטערער, מֵרַבֿ, און דער נאָמען פֿון דער קלענערער מִיכל. 50 און דער נאָמען פֿון שָאולס װײַב איז געװען אַחינוֹעַם די טאָכטער פֿון אַחימַעַצן; און דער נאָמען פֿון זײַן חיל-לידער אַבֿנֵר דער זון פֿון נֵר, שָאולס פֿעטער. 51 אי קיש דער פֿאָטער פֿון שָאולן, אי נֵר דער פֿאָטער פֿון אַבֿנֵרן, איז געװען אַ זון פֿון אַבֿיאֵלן.
52 און די מלחמה אױף די פּלִשתּים איז געװען שטאַרק אַלע טעג פֿון שָאולן. און װי שָאול פֿלעגט זען עמעץ אַ מאַן אַ גיבור, אָדער עמעץ אַ העלדישן יונג, אַזױ האָט ער אים צוגענומען צו זיך.