1 אַ נאָמען איז בעסער פֿון גרױס עשירות,
אַ גוטער חן, פֿון זילבער און פֿון גאָלד.
2 רײַך און אָרים שטױסן זיך אָן אײנאַנדער,
אָבער זײ בײדן האָט ה׳ באַשאַפֿן.
3 דער קלוגער זעט, און פֿאַרבאָרגט זיך,
און די נאַרן גײען װײַטער, און װערן געשטראָפֿט.
4 דער לױן פֿון עניװת – פֿון מורא פֿאַר ה׳,
איז עשירות, און כּבֿוד, און לעבן.
5 דערנער און נעצן זײַנען אױפֿן װעג פֿון דעם קרומען,
דער װאָס היט זײַן זעל, זאָל זיך דערװײַטערן פֿון זײ.
6 געװײנען דעם ייִנגל אױף זײַן װעג;
אַפֿילו אַז ער װעט אַלט װערן, װעט ער זיך נישט אָפּקערן דערפֿון.
7 דער עושר געװעלטיקט איבער די אָרימע,
און דער לײַער איז אַ קנעכט בײַם מלװה.
8 דער װאָס זײט אומרעכט װעט שנײַדן אומגליק,
און די רוט פֿון זײַן חוצפּה װעט פֿאַרלענדט װערן.
9 דער װאָס האָט אַ גוט אױג, ער װערט געבענטשט,
װײַל ער גיט פֿון זײַן ברױט דעם אָרעמאַן.
10 טרײַב אַרױס דעם שפּעטער, און קריג װעט אַװעק,
און שטרײַט און שאַנד װעלן אױפֿהערן.
11 דער װאָס האָט ליב רײנהאַרציקײט,
װאָס האָט חן אױף די ליפּן, איז דער מלך זײַן חבֿר.
12 די אױגן פֿון ה׳ היטן דעם פֿאַרשטאַנדיקן,
און ער פֿאַרדרײט די רײד פֿון דעם פֿעלשער.
13 דער פֿױלער זאָגט: אַ לײב איז דערױסן,
איך װעל אין גאַס געהרגעט װערן.
14 אַ טיפֿע גרוב איז דאָס מױל פֿון פֿרעמדע פֿרױען,
דער פֿאַרשאָלטענער פֿון ה׳ פֿאַלט אַרײַן אַהין.
15 נאַרישקײט איז אײַנגעבונדן בײַ דעם ייִנגל אין האַרצן,
די שטראָפֿרוט װעט זי דערװײַטערן פֿון אים.
16 מע רױבט דעם אָרעמאַן, און בײַ אים מערט זיך,
מע גיט דעם עושר, און עס װערט בלױז געמינערט.
17 נײַג צו דײַן אױער, און הער די װערטער פֿון די חכמים,
און דײַן האַרץ זאָלסטו צולײגן צו מײַן קענשאַפֿט.
18 װאָרעם װױל װעט זײַן, אַז דו װעסט זײ היטן אין דײַן לײַב,
אַז זײ װעלן אַלע זײַן אָנגעברײט אױף דײַנע ליפּן.
19 כּדי דײַן בטחון זאָל זײַן אױף ה׳,
האָב איך עס הײַנט דיך געמאַכט װיסן, יאָ דיך.
20 פֿאַר װאָר איך האָב דיר אױפֿגעשריבן דרײַסיק װערטער,
אין עצות און קענשאַפֿט.
21 כּדי דיך צו מאַכן װיסן די ריכטיקע װערטער פֿון אמת,
כּדי זאָלסט ענטפֿערן אמתע װערטער די װאָס האָבן דיך געשיקט.
22 זאָלסט נישט באַגזלען דעם שװאַכן, װײַל ער איז שװאַך,
און נישט דריקן דעם אָרעמאַן אין טױער.
23 װאָרעם ה׳ װעט זיך אָננעמען זײער קריג,
און רױבן זײערע רױבער דאָס לעבן.
24 זאָלסט זיך נישט חבֿרן מיט אַ צאָרנדיקן מענטשן,
און מיט אַ כּעסן זאָלסטו נישט צונױפֿקומען;
25 טאָמער װעסטו לערנען זײַנע װעגן,
און װעסט נעמען אַ שטרױכלונג פֿאַר דײַן זעל.
26 זאָלסט נישט זײַן פֿון די װאָס גיבן אַ האַנט,
פֿון די װאָס זײַנען עָרבֿ פֿאַר חובֿות.
27 אַז דו װעסט נישט האָבן צו באַצאָלן,
נאָך װאָס זאָל מען צונעמען דײַן געלעגער פֿון אונטער דיר?
28 זאָלסט נישט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצײַטן,
װאָס דײַנע עלטערן האָבן געמאַכט.
29 זעסטו אַ מענטשן פֿלינק אין זײַן אַרבעט,
װעט ער שטײן פֿאַר מלכים;
ער װעט נישט שטײן פֿאַר נידעריקע.