Publicidade

Provérbios 17

1 בעסער אַ טרוקענער ביסן און שלװה דערבײַ,

אײדער אַ הױז פֿול מיט זבֿחים און קריג דערמיט.

2 אַ קלוגער קנעכט געװעלטיקט איבער אַ זון אַ טױגעניכטס,

און צװישן די ברידער קריגט ער אַ חלק ירושה.

3 אַ טיגל פֿאַר זילבער, און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד,

אָבער די הערצער פּרוּװט ה׳.

4 דער שלעכטסטוער הערט זיך אײַן צו דער ליפּ פֿון אומרעכט,

דער ליגנער האָרכט צו דער צונג פֿון פֿאַרברעך.

5 דער װאָס שפּאָט פֿון אַן אָרעמאַן, לעסטערט זײַן באַשעפֿער;

דעם װאָס פֿרײט זיך אױף אַ בראָך, װעט נישט געשאָנקען װערן.

6 די קרױן פֿון אַלטע לײַט זײַנען קינדס-קינדער,

און די צירונג פֿון קינדער זײַנען זײערע עלטערן.

7 דעם מנוּװל פּאַסט נישט די שפּראַך פֿון ברײטקײט,

נאָך װינציקער דעם נַדיבֿן די שפּראַך פֿון ליגן.

8 אַ חן-דימענט איז שוחד אין די אױגן פֿון זײַן בַעַלן;

װוּהין נאָר מע קערט זיך דערמיט באַגליקט מען.

9 דער װאָס זוכט ליבשאַפֿט, פֿאַרדעקט אױף זינד,

און דער װאָס חזרט איבער גערײד, צעשײדט גוטע פֿרײַנט.

10 אַ בײזער װירקט מער אױפֿן פֿאַרשטאַנדיקן,

װי הונדערט קלעפּ אױפֿן נאַרן.

11 רַק דער װידערשפּעניקער זוכט בײז,

אָבער אַן אומדערבאַרעמדיקער שליח װעט אָנגעשיקט װערן אױף אים.

12 בעסער אַ מענטשן זאָל אָנטרעפֿן אַ בערינטע באַרױבט פֿון אירע יונגע,

אַבי נישט אַ נאַר מיט זײַן טיפּשות.

13 דער װאָס קערט אום אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה,

װעט זיך נישט אָפּטאָן בײז פֿון זײַן הױז.

14 װי מע לאָזט לױז װאַסער איז דער אָנהײב פֿון מחלוקות,

דערום, אײדער דער קריג ברעכט אױס, לאָז אָפּ.

15 דער װאָס מאַכט גערעכט דעם שולדיקן, און דער װאָס מאַכט

שולדיק דעם גערעכטן,

זײ בײדע זײַנען אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳.

16 װאָס טױג געלט אין דעם נאַרנס האַנט אױף צו קױפֿן חכמה,

אַז קײן שׂכל איז נישטאָ?

17 אין אַלע צײַטן איז אַ חבֿר אַ גוטער פֿרײַנט,

אָבער פֿאַר אַ צרה איז אַ ברודער געבאָרן.

18 אַ מענטש אָן שׂכל איז דער װאָס גיט אַ האַנט,

װאָס איז עָרבֿ אַן עָרבֿות פֿאַר זײַן חבֿר.

19 דער װאָס האָט ליב קריג, האָט ליב פֿאַרברעך,

דער װאָס מאַכט הױך זײַן טיר, זוכט אַ בראָך.

20 דער װאָס האָט אַ קרום האַרץ, װעט נישט געפֿינען קײן גוטס,

און דער װאָס דרײט מיט דער צונג, װעט אַרײַנפֿאַלן אין בײז.

21 דער װאָס געבערט אַ נאַרן, איז דאָס צו זײַן קומער,

און דער פֿאָטער פֿון דעם נידערטרעכטיקן האָט נישט קײן נַחַת.

22 אַ פֿרײלעך האַרץ איז אַ גוטע רפֿואה,

און אַ דערשלאָגן געמיט טריקנט אױס דאָס געבײן.

23 דער רשע נעמט אָן שוחד אױסן בוזעם,

צו פֿאַרדרײען די װעגן פֿון גערעכטיקײט.

24 פֿאַרן פּנים פֿון פֿאַרשטאַנדיקן איז די חכמה,

און די אױגן פֿון דעם נאַרן זײַנען אין עק װעלט.

25 אַן ערגערניש פֿאַר זײַן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר,

און אַ ביטערניש פֿאַר זײַן געװינערין.

26 קײן גוטס קומט נישט אַרױס פֿון שטראָפֿן אױך דעם צדיק,

פֿון שלאָגן אַדללײַט פֿאַר רעכטפֿאַרטיקײט.

27 דער װאָס װײס קענשאַפֿט, קאַרגט זײַנע װערטער,

אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט איז שפּאָרעװדיק אין געמיט.

28 אַפֿילו אַ נאַר אַז ער שװײַגט װערט גערעכנט אַ חכם;

דער װאָס מאַכט צו זײַנע ליפּן, אַ פֿאַרשטאַנדיקער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-