Publicidade

Provérbios 11

1 פֿאַלשע װאָגשאָלן זײַנען די אומװערדיקײט פֿון ה׳,

און אַ פֿול געװיכט איז זײַן רָצון.

2 קומט מוטװיליקײט, קומט שאַנד,

אָבער בײַ די שטילע איז חכמה.

3 די ערלעכקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײ פֿירן,

און די פֿאַרדרײטקײט פֿון די פֿעלשער װעט זײ פֿאַרװיסטן.

4 פֿאַרמעג נוצט נישט אין טאָג פֿון צאָרן,

אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.

5 די גערעכטיקײט פֿון דעם ערלעכן װעט גלײַך מאַכן זײַן װעג,

און דורך זײַן שלעכטיקײט װעט פֿאַלן דער שלעכטער.

6 די גערעכטיקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל,

און אין זײערע געריקײט װערן די פֿעלשער באַצװוּנגען.

7 אַז אַ שלעכטער מענטש שטאַרבט, גײט אונטער זײַן האָפֿענונג,

און דער אױסקוק פֿון די תַּקיפֿים גײט אונטער.

8 דער צדיק װערט אַרױסגעצױגן פֿון אַ צרה,

און דער רשע קומט אָן אױף זײַן אָרט.

9 מיטן מױל װיל דער זינדיקער אומברענגען זײַן חבֿר,

אָבער דורך פֿאַרשטאַנדיקײט װערן די צדיקים דערלײזט.

10 אַז די צדיקים איז גוט, פֿרײט זיך די שטאָט,

און אַז די רשעים גײען אונטער איז אַ געזאַנג.

11 דורך דער ברכה פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װערט אַ שטאָט דערהױבן,

און דורך דעם מױל פֿון די רשעים װערט זי צעשטערט.

12 מבֿזה זײַן חבֿר, איז דער װאָס אָן שׂכל,

אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט פֿאַרשװײַגט.

13 דער רכילות-טרײַבער זאָגט אױס אַ סָוד,

אָבער דער װאָס האָט אַ טרײַ געמיט פֿאַרדעקט אַ זאַך.

14 אָן אַ פֿירונג פֿאַלט אַ פֿאָלק,

און הילף איז דורך פֿיל יוֹעצים.

15 שלעכט שנײַדט מען אָפּ אַז מע איז עָרבֿ פֿאַר אַ פֿרעמדן,

אָבער דער װאָס האָט פֿײַנט גוטזאָגעניש איז זיכער.

16 אַ באַחֵנטע פֿרױ קריגט כּבֿוד,

און שטאַרקע קריגן עשירות.

17 זיך אַלײן טוט גוטס דער גענאָדיקער מענטש,

און זײַן אײגן לײַב פֿאַראומגליקט דער אַכזר.

18 דער רשע פֿאַרדינט פֿאַלשן לױן,

אָבער דער װאָס זײט גערעכטיקײט – אמתן שׂכַר.

19 פֿעסטע גערעכטיקײט פֿירט צום לעבן,

און דער װאָס יאָגט זיך נאָך בײז, יאָגט זיך נאָך זײַן טױט.

20 אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ זײַנען קרומהאַרציקע,

און זײַן רָצון, די װאָס זײער װעג איז ערלעך.

21 נאַ דיר מײַן האַנט!

דעם שלעכטן װעט נישט געשאָנקען װערן,

אָבער דער זאָמען פֿון די צדיקים װערט אַנטרונען.

22 אַ גילדערנער נאָזרינג אױפֿן נאָז פֿון אַ חזיר,

איז אַ פֿרױ װאָס איז שײן נאָר אָפּגעטאָן פֿון שׂכל.

23 דער באַגער פֿון די צדיקים איז רַק גוט,

די האָפֿענונג פֿון די רשעים איז חוצפּה.

24 פֿאַראַן דער װאָס צעטײלט, און עס קומט נאָך צו,

און דער װאָס קאַרגט מער װי מע דאַרף, בלױז צו פֿאַרמינערונג.

25 אַ פֿרײַגעביקע זעל װערט פֿעט,

און דער װאָס זעט אָן, װערט ער אױך געזעט.

26 דער װאָס האַלט צוריק תּבֿואה, אים שילט דאָס פֿאָלק,

אָבער אַ ברכה אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס פֿאַרקױפֿט.

27 דער װאָס זוכט גוטס, זוכט גוטװיליקײט,

און דער װאָס איז אױסן בײז, װעט עס אים אָנקומען.

28 דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײַן עשירות, ער װעט פֿאַלן,

און װי אַ בלאַט װעלן שפּראָצן די צדיקים.

29 דער װאָס פֿאַראומגליקט זײַן הױז, װעט אַרבן װינט;

און דער נאַר איז אַ קנעכט בײַם קלוגהאַרציקן.

30 די פֿרוכט פֿון דעם צדיק איז אַ בױם פֿון לעבן,

און דער װאָס געװינען נפֿשות איז אַ חכם.

31 זע, דער צדיק קריגט באַצאָלט אױף דער ערד,

הײַנט װי שױן דער רשע און דער זינדיקער!

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-