1 מײַן זון, אַז דו װעסט אָננעמען מײַנע װערטער,
און מײַנע געבאָט װעסטו באַהאַלטן בײַ זיך,
2 צוצולײגן צו חכמה דײַן אױער,
נײַגן דײַן האַרץ צו פֿאַרשטאַנדיקײט;
3 נאָר בלױז צום שׂכל װעסטו רופֿן,
צו פֿאַרשטאַנדיקײט אױפֿהײבן דײַן קֹול;
4 אַז דו װעסט זי זוכן װי זילבער,
און װי נאָך אוֹצרות זי פֿאָרשן;
5 דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן מורא פֿאַר ה׳,
און דערקענונג פֿון אלֹקים װעסטו געפֿינען.
6 װאָרעם ה׳ שענקט חכמה,
פֿון זײַן מױל איז װיסן און פֿאַרשטאַנדיקײט.
7 ער האָט באַהאַלטן פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע זײַנע לערנונגען,
ער איז אַ שילד פֿאַר די װאָס גײען אױפֿריכטיק,
8 אױפֿצופּאַסן די שטעגן פֿון גערעכטיקײט,
און די װעגן פֿון זײַנע פֿרומע באַהיט ער.
9 דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן גערעכטיקײט און רעכט
און יושר – יעטװעדער גוטן װעג.
10 װאָרעם חכמה װעט קומען אין דײַן האַרצן,
און װיסן װעט זײַן זיס פֿאַר דײַן זעל.
11 קלוגשאַפֿט װעט אױפֿפּאַסן אױף דיר,
פֿאַרשטאַנדיקײט װעט דיך באַהיטן;
12 דיך מציל צו זײַן פֿון דעם שלעכטן װעג,
פֿון די לײַט װאָס רעדן פֿאַרקערטקײט;
13 װאָס פֿאַרלאָזן די שטעגן פֿון רעכטפֿאַרטיקײט,
צו גײן אין די װעגן פֿון פֿינצטערניש;
14 װאָס פֿרײען זיך צו טאָן בײז,
װאָס קװעלן פֿון בײזער פֿאַרקערטקײט;
15 װאָס זײערע װעגן זײַנען קרום,
און װאָס זײַנען פֿאַרדרײט אין זײערע גענג.
16 כּדי דיך מציל צו זײַן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ,
פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד;
17 װאָס פֿאַרלאָזט דעם האַר פֿון איר יוגנט,
און דעם ברית פֿון איר אלֹקים האָט זי פֿאַרגעסן;
18 װאָרעם איר הױז נידערט צום טױט,
און אירע שטעגן צו די מתים;
19 אַלע װאָס קומען צו איר, קערן זיך נישט אום,
און דערגרײכן נישט די װעגן פֿון לעבן.
20 כּדי זאָלסט גײן אין דעם װעג פֿון די גוטע,
און די שטעגן פֿון די גערעכטע זאָלסטו אָפּהיטן.
21 װאָרעם די רעכטפֿאַרטיקע װעלן באַװױנען דאָס לאַנד,
און די אומשולדיקע װעלן בלײַבן דערין.
22 אָבער די רשעים װעלן פֿאַרשניטן װערן פֿון לאַנד,
און די פֿעלשער װעלן אַרױסגעריסן װערן פֿון איר.