1 אַ מענטש אַ געמוסרטער װאָס מאַכט האַרט זײַן נאַקן,
װעט פּלוצלינג צעבראָכן װערן
אַז קײן הײלונג װעט נישט זײַן.
2 אַז די צדיקים מערן זיך, פֿרײט זיך דאָס פֿאָלק,
אָבער אַז דער רשע געװעלטיקט, זיפֿצט דאָס פֿאָלק.
3 אַ מענטש װאָס האָט ליב חכמה, דערפֿרײט זײַן פֿאָטער,
אָבער דער װאָס חבֿרט זיך מיט זוֹנות, ברענגט אױס דעם פֿאַרמעג.
4 אַ מלך האַלט אױף מיט גערעכטיקײט דאָס לאַנד,
און דער בַעַלן אױף מתָּנות צעשטערט עס.
5 דער מענטש װאָס חַנפֿעט זײַן חבֿר,
שפּרײט אױס אַ נעץ פֿאַר זײַנע טריט.
6 אין דעם פֿאַרברעך פֿון דעם שלעכטן מענטשן איז אַ שטרױכלונג,
אָבער דער צדיק זינגט און איז פֿרײלעך.
7 דער צדיק װײס דאָס רעכט פֿון די אָרימע,
דער רשע קימערט זיך נישט צו װיסן.
8 לײַט פֿון שפּאָט בלאָזן-אױף די שטאָט,
אָבער קלוגע האַלטן אָפּ דעם צאָרן.
9 אַז אַ קלוגער מענטש טענהט מיט אַ נאַרן,
סײַ ער בײזערט זיך, סײַ ער שמײכלט, האָט ער נישט קײן נַחַת.
10 בלוטיקע לײַט האָבן פֿײַנט דעם אומשולדיקן,
אָבער די רעכטפֿאַרטיקע גאַרן נאָך אים.
11 זײַן גאַנץ געמיט לאָזט אַרױס דער נאַר,
אָבער דער חכם האַלט עס צוריק.
12 אַ געװעלטיקער װאָס האָרכט צו גערײד פֿון ליגן,
זײַנען אַלע זײַנע משרתים רשעים.
13 דער אָרעמאַן און דער דריקער שטױסן זיך אָן אײנאַנדער,
אָבער דער דערלײַכטער פֿון בײדנס אױגן איז ה׳.
14 אַ מלך װאָס משפּט מיט אמת די אָרימע,
װעט זײַן טראָן באַשטײן שטענדיק.
15 די רוט און מוסר גיבן חכמה,
און אַ לױזגעלאָזט ייִנגל ברענגט שאַנד זײַן מוטער.
16 אַז די רשעים מערן זיך, מערט זיך פֿאַרברעך,
אָבער די צדיקים װעלן זען זײער מפּלה.
17 שטראָף דײַן זון, און ער װעט דיר אָנטאָן נַחַת,
און געבן תּענוג צו דײַן זעל.
18 אָן אַ זעונג װערט דאָס פֿאָלק פֿאַרװילדערט,
און דער װאָס היט די תּורה, אַז װױל איז צו אים!
19 מיט װערטער קען אַ קנעכט נישט אױסגעמוסרט װערן,
װאָרעם ער מעג פֿאַרשטײן, אָבער פֿאָלגן װעט ער נישט.
20 זעסטו אַ מענטשן האַסטיק מיט זײַנע װערטער,
איז דאָ מער האָפֿענונג פֿאַר אַ נאַרן װי פֿאַר אים.
21 דער װאָס פֿאַרצערטלט פֿון יוגנט זײַן קנעכט,
װעט ער צום סוף װערן אַן אײבערהאַר.
22 אַ צאָרנדיקער מענטש מאַכט אָן קריג,
און אַ כּעסן באַגײט פֿיל פֿאַרברעכן.
23 די גאװה פֿון אַ מענטשן דערנידערט אים,
און דער װאָס איז שָפֿל אין געמיט װעט קריגן כּבֿוד.
24 דער װאָס טײלט זיך מיט אַ גנבֿ, איז אַ שׂונא זיך אַלײן:
ער הערט די קללה, און זאָגט נישט אױס.
25 מורא פֿאַר אַ מענטשן לײגט אַ שטרױכלונג,
אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, װערט באַשיצט.
26 פֿיל זוכן דעם פּנים פֿון דעם געװעלטיקער,
אָבער פֿון ה׳ איז דעם מענטשנס משפּט.
27 אַן אומװערדיקײט בײַ די צדיקים איז דער מאַן פֿון אומרעכט,
און אַן אומװערדיקײט בײַ די רשעים, דער װאָס זײַן װעג איז גלײַך.