Publicidade

Provérbios 20

1 אַ שפּעטער איז דער װײַן, אַ ליאַרעמער דער טראַנק,

און איטלעכער װאָס גיט זיך אָפּ דערמיט, איז נישט קײן חכם.

2 אַ ברום װי פֿון אַ יונגן לײב איז דעם מלכס אימה,

דער װאָס דערצערנט אים פֿאַרזינדיקט זײַן לעבן.

3 אַ כּבֿוד פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אָפּצוהאַלטן פֿון קריג,

אָבער איטלעכער נאַר ברעכט אַרױס.

4 דער פֿױלער אַקערט נישט אום װינטער,

און אין שניטצײַט בעטלט ער, און האָט גאָרנישט.

5 אַ טיפֿער װאַסער איז דער מײַן אין אַ מענטשנס האַרץ,

אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט שעפּט אים אַרױס.

6 דאָס רָובֿ מענטשן רופֿן אױס איטלעכער זײַן גינציקײט,

אָבער אַ געטרײַען מענטשן װער קען געפֿינען?

7 אין זײַן ערלעכקײט גײט דער צדיק;

אַז װױל צו זײַנע קינדער נאָך אים!

8 דער מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן פֿון משפּט,

זיפּט דורך מיט זײַנע אױגן אַל דאָס בײז.

9 װער קען זאָגן: איך האָב געלײַטערט מײַן האַרץ,

איך בין רײן פֿון מײַנע זינד?

10 צװײערלײ װאָגשטײנער, צװײערלײ מאָסן,

זײ בײדע זײַנען אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳.

11 שױן אַ ייִנגל װערט דערקענט אָן זײַנע מעשׂים,

אױב רײן און אױב רעכטפֿאַרטיק איז זײַן טאָן.

12 דאָס אױער װאָס הערט, און דאָס אױג װאָס זעט,

זײ בײדע האָט ה׳ געמאַכט.

13 זאָלסט נישט ליב האָבן שלאָף, כּדי זאָלסט נישט פֿאַראָרימט װערן,

האַלט דײַנע אױגן אָפֿן, װעסטו האָבן ברױט צו זאַט.

14 שלעכט! שלעכט! זאָגט דער קונה,

און גײט ער אַװעק, דענצמאָל באַרעמט ער זיך.

15 פֿאַראַן גאָלד און פּערל אַ סך,

אָבער די טײַערסטע צירונג זײַנען ליפּן מיט קענשאַפֿט.

16 נעם צו זײַן בגד, אױב ער איז עָרבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן,

און נעם זײַן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער.

17 זיס איז דעם מענטשן ברױט פֿון פֿאַלשקײט,

אָבער דערנאָך װערט זײַן מױל פֿול מיט זשװיר.

18 געדאַנקען קומען צו שטאַנד דורך אַן עצה,

און מיט תּחבוּלות פֿיר מלחמה.

19 אַ רכילות-טרײַבער אַנטפּלעקט אַ סָוד,

און מיט דעם װאָס האָט אָפֿענע ליפּן זאָלסטו זיך נישט מישן.

20 דער װאָס שילט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער,

װעט זײַן ליכט פֿאַרלאָשן װערן אין שטאָקפֿינצטערניש.

21 אַ נחלה װאָס קומט אָן גיך אין אָנהײב,

װעט איר סוף זײַן נישט געבענטשט.

22 זאָלסט נישט זאָגן: איך װעל אָפּצאָלן שלעכטס;

האָף צו ה׳, און ער װעט דיך העלפֿן.

23 אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז צװײערלײ װאָגשטײנער,

און פֿון פֿאַלשע װאָגשאָלן קומט נישט קײן גוטס.

24 פֿון ה׳ זײַנען דעם מענטשנס טריט,

און װאָס פֿאַרשטײט דער מענטש זײַן װעג?

25 אַ שטרױכלונג פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אַרױסצורעדן: הײליק!

און נאָכן נדר איבערצוקלערן.

26 אַ קלוגער מלך װינטשופֿלט די רשעים,

און ער קערט אױף זײ דעם דרעשראָד.

27 אַ ליכט פֿון ה׳ איז דעם מענטשנס נשמה,

עס זוכט-דורך אַלע קאַמערן פֿון לײַב.

28 גענאָד און אמת באַהיטן דעם מלך,

און ער האַלט-אױף מיט גענאָד זײַן טראָן.

29 די צירונג פֿון יונגעלײַט איז זײער כּוֹח,

און די שײנקײט פֿון זקנים איז אַ גראָער קאָפּ.

30 װוּנדיקע בײַלן זײַנען אַ לײַטערונג פֿון בײז,

דאָס גלײַכן שלעק אינעװײניק אין לײַב.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-