Publicidade

Provérbios 31

1 די װערטער פֿון מלך למואֵל,

אַ מוסר װאָס זײַן מוטער האָט אים געלערנט.

2 נײן, מײַן זון! און נײן, זון פֿון מײַן לײַב,

און נײן, זון פֿון מײַנע נדרים;

3 זאָלסט נישט אַװעקגעבן אױף װײַבער דײַן כּוֹח,

און דײַנע װעגן אױף װאָס ברענגט אום מלכים.

4 נישט פֿאַר מלכים, למואֵל,

נישט פֿאַר מלכים איז טרינקען װײַן,

און װוּ פֿאַר פֿירשטן געטראַנק!

5 כּדי זײ זאָלן נישט טרינקען און פֿאַרגעסן דאָס געזעץ,

און פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַלע געדריקטע.

6 גיט געטראַנק צום פֿאַרלאָרענעם,

און װײַן צו די פֿאַרביטערטע אין געמיט.

7 זאָל ער טרינקען און פֿאַרגעסן זײַן אָרימקײט

און זײַן מאַטערניש מער נישט געדענקען.

8 עפֿן דײַן מױל פֿאַר דעם שטומען,

פֿאַר דעם רעכט פֿון אַלע פֿאַרגײיִקע.

9 עפֿן דײַן מױל, משפּט מיט גערעכטיקײט,

און טו רעכט דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון.

10 אַן אֵשֶת-חיל װער קען געפֿינען?

און העכער פֿון פּערל איז איר װערט.

11 דאָס האַרץ פֿון איר מאַן פֿאַרזיכערט זיך אױף איר,

און אים פֿעלט נישט קײן אײַנקום.

12 זי טוט אים גוטס און נישט שלעכטס,

אַלע טעג פֿון איר לעבן.

13 זי זוכט אױף װאָל און פֿלאַקס,

און אַרבעט מיט אירע װיליקע הענט.

14 זי איז אַזױ װי די האַנדלשיפֿן,

פֿון דער װײַטן ברענגט זי איר ברױט.

15 און זי שטײט אױף װען נאָך נאַכט,

און גרײט צו שפּײַז פֿאַר איר הױזגעזינט,

און די אױסקומעניש פֿאַר אירע דינסטמײדלעך.

16 זי פֿאַרטראַכט אַ פֿעלד, און קױפֿט עס,

פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט פֿלאַנצט זי אַ װײַנגאָרטן.

17 זי גורט אָן מיט קראַפֿט אירע לענדן,

און זי שטאַרקט אירע אָרעמס.

18 זי מערקט אַז איר פֿאַרדינסט איז גוט;

נישט פֿאַרלאָשן בײַ נאַכט װערט איר ליכט.

19 אירע הענט לײגט זי צום שפּינראָד,

און אירע האַנטפֿלעכן האַלטן דעם שפּינדל.

20 איר האַנטפֿלעך שפּרײט זי אױס צום אָרעמאַן,

און אירע הענט שטרעקט זי אױס צום אבֿיון.

21 זי האָט נישט מורא װעגן איר הױזגעזינט פֿאַר שנײ,

װאָרעם איר גאַנץ הױזגעזינט איז אָנגעטאָן אין רױטגעװאַנט.

22 דעקן מאַכט זי זיך,

פֿײַנלײַנען און פּורפּל איז איר מלבוש.

23 באַקאַנט אין די טױערן איז איר מאַן,

װען ער זיצט מיט די עלטסטע פֿון לאַנד.

24 אַ לײַנענטוך מאַכט זי און פֿאַרקױפֿט,

און גאַרטלען שטעלט זי צו דעם האַנדלסמאַן.

25 שטאַרקײט און שײנקײט איז איר מלבוש,

און זי לאַכט פֿון שפּעטערדיקן טאָג.

26 איר מױל עפֿנט זי מיט חכמה,

און די לערנונג פֿון גענאָד איז אױף איר צונג.

27 זי קוקט נאָך דעם גאַנג פֿון איר הױז,

און זי עסט נישט דאָס ברױט פֿון פֿױלקײט.

28 אירע קינדער שטײען אױף און לױבן זי,

איר מאַן – און ער רימט זי:

29 פֿיל טעכטער האָבן אױפֿגעטאָן בריהשאַפֿט,

אָבער דו שטײַגסט זײ אַלע אַריבער.

30 חן איז אַן אָפּנאַר, און שײנקײט איז נישטיק,

אַ ג-טספֿאָרכטיקע װײַב, זי זאָל גערימט װערן.

31 גיט איר פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט,

און זאָלן אירע מעשׂים זי רימען אין די טױערן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-