1 זאָלסט נישט זײַן מקנא בײזע לײַט,
און זאָלסט נישט גאַרן צו זײַן מיט זײ,
2 װאָרעם פֿאַרװיסטונג טראַכט זײער האַרץ,
און אומגליק רעדן זײערע ליפּן.
3 מיט חכמה װערט אַ הױז געבױט,
און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט װערט עס באַפֿעסטיקט;
4 און דורך קענשאַפֿט װערן די קאַמערן אָנגעפֿילט
מיט אַלערלײ טײַערן און ליבלעכן גוטס.
5 אַ קלוגער מאַן איז אין מאַכט,
און אַ מענטש מיט קענשאַפֿט האָט אַ שטאַרקע גבֿורה;
6 װאָרעם מיט תּחבוּלות מוזטו אָנפֿירן דײַן מלחמה,
און הילף קומט דורך פֿיל יוֹעצים.
7 צו הױך פֿאַר דעם נאַרן איז חכמה,
אין טױער עפֿנט ער נישט זײַן מױל.
8 דער װאָס קלערט צו טאָן שלעכטס,
אים װעט מען נאָכרופֿן בײזװיליקער מענטש.
9 די טראַכטעניש פֿון דעם נאַרן איז זינד,
און אַן אומװערדיקײט בײַ מענטשן איז דער שפּעטער.
10 לאָזטו זיך אָפּ אין טאָג פֿון נױט,
איז דײַן כּוֹח אַ קנאַפּער.
11 זײַ מציל די װאָס װערן גענומען צום טױט,
און די אָנגעברײטע צום הרגען, אױב דו קענסט אָפּהאַלטן.
12 אַז דו װעסט זאָגן: מיר האָבן דאָך דערפֿון נישט געװוּסט –
פֿאַר װאָר, דער פֿאָרשער פֿון די הערצער, ער װעט מערקן,
און דער היטער פֿון דײַן זעל, ער װעט װיסן,
און װעט אומקערן איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.
13 עס, מײַן זון, האָניק, װײַל עס איז גוט,
און האָניקזאַפֿט װאָס איז זיס פֿאַר דײַן גומען;
14 אַזױ, זײַ װיסן, איז חכמה פֿאַר דײַן זעל,
אַז דו האָסט זי געפֿונען װעט זײַן אַ גוטע לעצט,
און דײַן האָפֿענונג װעט נישט פֿאַרשניטן װערן.
15 זאָלסט נישט לױערן, רשע, אױף דער װױנונג פֿון דעם צדיק,
זאָלסט נישט פֿאַרװיסטן זײַן מנוחה;
16 װאָרעם זיבן מאָל פֿאַלט דער צדיק, און שטײט אױף,
און די רשעים װערן געשטרױכלט אין אומגליק.
17 אַז דײַן שׂונא פֿאַלט, זאָלסטו זיך נישט פֿרײען,
און אַז ער װערט געשטרױכלט, זאָל נישט אָנקװעלן דײַן האַרץ;
18 װאָרעם ה׳ װעט זען, און עס װעט שלעכט זײַן אין זײַנע אױגן,
און ער װעט אָפּקערן פֿון אים זײַן צאָרן.
19 זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער,
זאָלסט נישט מקנא זײַן די רשעים;
20 װאָרעם דער שלעכטער װעט נישט האָבן קײן לעצט,
דאָס ליכט פֿון די רשעים װעט אױסגעלאָשן װערן.
21 האָב מורא פֿאַר ה׳, מײַן זון, און פֿאַרן מלך,
מיט איבעראַנדערשער זאָלסטו זיך נישט מישן;
22 װאָרעם פּלוצלינג װעט קומען זײער בראָך,
און װער װײס דאָס אומגליק פֿון זײ בײדן?
23 אױך די דאָזיקע זײַנען פֿון די חכמים.
פֿון שאַנעװען אין אַ משפּט קומט נישט אַרױס קײן גוטס.
24 דער װאָס זאָגט צום שולדיקן: דו ביסט גערעכט,
שילטן אים פֿעלקער, פֿלוכן אים אומות.
25 אָבער די װאָס משפּטן ריכטיק, זײ איז װױל,
און אױף זײ קומט אַ ברכה פֿון גוטס.
26 די ליפּן דאַרף מען קושן
דעם װאָס ענטפֿערט די ריכטיקע רײד.
27 פֿאַרריכט דערױסן דײַן אַרבעט,
און גרײט עס דיר צו אױפֿן פֿעלד,
דערנאָך זאָלסטו בױען דײַן הױז.
28 זאָלסט נישט זײַן אַן עדות אַקעגן דײַן חבֿר אָן אַ פֿאַר װאָס,
און נאַרן מיט דײַנע ליפּן.
29 זאָלסט נישט זאָגן:
װי ער האָט מיר געטאָן, אַזױ װעל איך אים טאָן;
איך װעל דעם מענטשן אומקערן לױט זײַן טאָן.
30 פֿאַרבײַ אַ פֿעלד פֿון אַ פֿױלן מאַן בין איך פֿאַרבײַגעגאַנגען,
און פֿאַרבײַ אַ װײַנגאָרטן פֿון אַ מענטשן אָן שׂכל;
31 ערשט עס איז אין גאַנצן געװען פֿאַרװאַקסן מיט דערנער,
זײַן אײבערפֿלעך איז געװען באַדעקט מיט װילדע געװעקסן,
און זײַן שטײנערנע צאַם איז געװען אײַנגעפֿאַלן.
32 איך האָב געקוקט, און מיר אַרײַנגענומען אין האַרצן,
איך האָב געזען, און גענומען אַ מוסר.
33 נאָך אַ ביסל שלאָף, נאָך אַ ביסל דרעמלען,
נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט –
34 און קומען אַזױ װי אַ װאַנדערער דײַן אָרימקײט,
און דײַן נױט װי אַ מאַן פֿון מלחמה.