Publicidade

Provérbios 23

1 אַז דו זעצסט זיך עסן מיט אַ געװעלטיקער,

זאָלסטו גוט פֿאַרשטײן װעמען דו האָסט פֿאַר דיר;

2 װאָרעם דו שטעקסט זיך אַרײַן אַ מעסער אין דער קעל,

אױב דו ביסט אַ מענטש אַ פֿרעסער.

3 זאָלסט נישט גאַרן נאָך זײַנע מאכלים,

װאָרעם דאָס איז פֿאַלשע שפּײַז.

4 זאָלסטו זיך נישט מאַטערן צו װערן רײַך;

פֿון זינען שלאָג עס דיר אַרױס.

5 הײבסט אױף דײַנע אױגן דערױף, און שױן איז עס נישטאָ;

װאָרעם מאַכן פֿליגלען מאַכט עס זיך,

װי אַן אָדלער װאָס פֿליט צום הימל.

6 זאָלסט נישט עסן דאָס ברױט פֿון דעם װאָס האָט אַ בײז אױג,

און זאָלסט נישט גאַרן נאָך זײַנע מאכלים;

7 װאָרעם עס איז אַזױ װי ער װאָלט אױסרעכענען בײַ זיך;

עס און טרינק! זאָגט ער צו דיר,

אָבער זײַן האַרץ איז נישט מיט דיר.

8 דײַן ביסן װאָס דו האָסט אױפֿגעגעסן, װעסטו אױסברעכן,

און האָסט אומזיסט אױסגעבראַכט דײַנע זיסע רײד.

9 אין די אױערן פֿון דעם נאַרן זאָלסטו נישט רעדן,

װאָרעם ער װעט פֿאַראַכטן דעם שׂכל פֿון דײַנע װערטער.

10 זאָלסט נישט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצײַטן,

און אין די פֿעלדער פֿון יתומים זאָלסטו נישט אַרײַנגײן;

11 װאָרעם זײער אױסלײזער איז שטאַרק,

ער װעט זיך אָננעמען זײער קריג אַקעגן דיר.

12 לײג צו דײַן האַרץ צו מוסר,

און דײַנע אױערן צו װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.

13 זאָלסט נישט פֿאַרמײַדן שטראָף פֿון דעם ייִנגל;

אַז דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט, װעט ער נישט שטאַרבן.

14 דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט,

און װעסט מציל זײַן זײַן זעל פֿון דער שְׁאֹול.

15 מײַן זון, אַז דײַן האַרץ װעט זײַן קלוג,

װעט אױך מײַן האַרץ זיך פֿרײען.

16 און מײַנע נירן װעלן אָנקװעלן,

אַז דײַנע ליפּן װעלן רעדן די ריכטיקײט.

17 זאָל דײַן האַרץ נישט מקנא זײַן די זינדיקע,

נאָר בלױז די מורא פֿאַר ה׳ אַ גאַנצן טאָג.

18 װאָרעם פֿאַר װאָר, עס איז דאָ אַ לעצט,

און דײַן האָפֿענונג װעט נישט פֿאַרשניטן װערן.

19 הער צו, זון מײַנער, און װער קלוג,

און פֿיר אױפֿן װעג דײַן האַרץ.

20 זאָלסט נישט זײַן פֿון די װאָס זױפֿן װײַן,

פֿון די װאָס פֿרעסן זיך אָן מיט פֿלײש;

21 װאָרעם אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער װערט פֿאַראָרימט.

און שמאַטעס קלײדט אָן שלעפֿערײַ.

22 הער צו דײַן פֿאָטער װאָס האָט דיך געבאָרן,

און זאָלסט נישט פֿאַראַכטן דײַן מוטער אַז זי איז אַלט.

23 קױף אמת, און זאָלסט עס נישט פֿאַרקױפֿן –

חכמה, און מוסר, און פֿאַרשטאַנדיקײט.

24 קװעלן קװעלט אָן דער פֿאָטער פֿון דעם צדיק,

און דער װאָס האָט געבאָרן אַ חכם פֿרײט זיך מיט אים.

25 זאָל זיך פֿרײען דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער,

און זאָל קװעלן דײַן געװינערין.

26 גיב מיר, מײַן זון, דײַן האַרץ,

און דײַנע אױגן זאָלן היטן מײַנע װעגן.

27 װאָרעם אַ טיפֿער גראָבן איז אַ זוֹנה,

און אַן ענגע גרוב איז די פֿרעמדע.

28 דערצו לױערט זי װי אַ רױבער,

און מערט פֿעלשער צװישן די מענטשן.

29 בײַ װעמען איז אױ? בײַ װעמען איז װײ?

בײַ װעמען קריג? בײַ װעמען קלאָג?

בײַ װעמען אומזיסטיקע װוּנדן?

בײַ װעמען רױטע אױגן?

30 בײַ די װאָס שפּעטיקן זיך בײַם װײַן,

בײַ די װאָס קומען פֿאַרזוכן דעם מישטראַנק.

31 זאָלסט נישט קוקן אױפֿן װײַן װי ער רױטלט זיך,

װי ער שפּיגלט אין כָּוס זײַן פֿאַרב,

װי ער גליטשט זיך גלאַטיק אַראָפּ.

32 אין זײַן סוף װעט ער װי אַ שלאַנג אײַנבײַסן,

און װי אַ נאָטער װעט ער פֿאַרגיפֿטן.

33 דײַנע אױגן װעלן זען פֿרעמדע זאַכן,

און דײַן האַרץ װעט רעדן פֿאַרקערטקײט;

34 און װעסט זײַן װי אײנער װאָס ליגט אין מיטן ים,

אָדער װי אײנער װאָס ליגט אױף אַ שפּיץ מאַסט.

35 זײ האָבן מיך געשלאָגן, און מיר האָט נישט װײ געטאָן,

זײ האָבן מיך צעקלאַפּט, און איך האָב נישט געשפּירט;

װען ניכטער איך זיך אױס,

װעל איך עס נאָך װידער זוכן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-