Publicidade

Provérbios 16

1 דעם מענטשנס זײַנען די צוגרײטענישן פֿון האַרצן,

אָבער פֿון ה׳ איז דער ענטפֿער פֿון דער צונג.

2 אַלע װעגן פֿון אַ מענטשן זײַנען רײן אין זײַנע אױגן,

אָבער ה׳ פֿאָרשט די גײַסטער.

3 לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף ה׳,

און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.

4 אַלץ האָט ה׳ געמאַכט פֿאַר זײַן צװעק,

און אױך דעם רשע פֿאַרן טאָג פֿון בײז.

5 אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ איז איטלעכער

װאָס האָט אַ האָפֿערדיק האַרץ;

נאַ דיר מײַן האַנט! אים װעט נישט געשאָנקען װערן.

6 דורך גענאָד און אמת װערט זינד פֿאַרגעבן,

און דורך מורא פֿאַר ה׳ קערט מען זיך אָפּ פֿון שלעכטס.

7 אַז ה׳ באַװיליקט די װעגן פֿון אַ מענטשן,

מאַכט ער אַפֿילו זײַנע פֿײַנט שלום מיט אים.

8 בעסער װינציק דורך גערעכטיקײט,

אײדער פֿיל הכנָסות דורך אומרעכט.

9 דעם מענטשנס האַרץ דענקט זײַן װעג,

אָבער ה׳ לענקט זײַן טריט.

10 אַ כּישוף איז אױפֿן מלכס ליפּן,

זײַן מױל פֿעלשט נישט בײַם משפּט.

11 ריכטיקע װאָג און װאָגשאָלן זײַנען פֿון ה׳,

זײַן װערק זײַנען אַלע װאָגשטײנער פֿון בײַטל.

12 אַן אומװערדיקײט בײַ מלכים איז טאָן שלעכטס,

װאָרעם דורך גערעכטיקײט באַשטײט דער טראָן.

13 דער רָצון פֿון מלכים איז אױף ריכטיקע ליפּן,

און דעם װאָס רעדט די ריכטיקײט האָבן זײ ליב.

14 דער גרימצאָרן פֿון מלך איז אַ מלאך-המות,

אָבער אַ קלוגער מאַן שטילט אים אײַן.

15 אין שײַן פֿון מלכס פּנים איז לעבן,

און זײַן גוטװיליקײט איז װי אַ װאָלקן פֿון שפּעטרעגן.

16 װי בעסער זיך אײַנצוקױפֿן חכמה אײדער גאָלד!

און זיך אײַנצוקױפֿן שׂכל איז בילכער װי זילבער.

17 דער שטעג פֿון די רעכטפֿאַרטיקע

איז זיך אָפּצוקערן פֿון שלעכטס,

דער װאָס היט זײַן זעל, פּאַסט אױף זײַן װעג.

18 פֿאַר אַ בראָך קומט שטאָלץ,

און פֿאַר אַן אַנידערפֿאַל, אַ האָפֿערדיק געמיט.

19 בעסער אַ נידעריק געמיט צװישן די באַשײדענע,

אײדער טײלן רױב מיט די שטאָלצע.

20 דער װאָס אַכט אױף דעם װאָרט, װעט געפֿינען גוטס,

און דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, אַז װױל איז צו אים!

21 מיטן קלוגהאַרציקן טרעפֿט זיך דער פֿאַרשטאַנדיקער,

און זיסקײט פֿון די ליפּן מערט לערנונג.

22 שׂכל איז אַ קװאַל פֿון לעבן פֿאַר דעם װאָס האָט עס,

און נאַרישקײט איז אַ שטראָף פֿאַרן נאַרן.

23 דאָס האַרץ פֿון דעם חכם מאַכט קלוג זײַן מױל,

און מערט לערנונג אױף זײַנע ליפּן.

24 האָניקזאַפֿט זײַנען ליבלעכע רײד,

זיס פֿאַר דער זעל, און אַ הײלונג פֿאַרן געבײן.

25 פֿאַראַן אַ װעג װאָס איז גלײַך בײַם מענטשן,

און זײַן סוף זײַנען װעגן פֿון טױט.

26 דער הונגער פֿון אַרבעטער אַרבעט אין אים,

װאָרעם זײַן מױל טרײַבט אים אָן.

27 דער נידערטרעכטיקער מענטש גראָבט אױס בײז,

און אױף זײַן ליפּ איז װי אַ בראַנדפֿײַער.

28 דער מענטש פֿון פֿאַרקערטקײט מאַכט אָן קריג,

און דער אונטערהעצער צעשײדט גוטע פֿרײַנט.

29 דער מאַן פֿון אומרעכט רעדט אָן זײַן חבֿר,

און פֿירט אים אױפֿן נישט גוטן װעג.

30 דער װאָס דריקט-צו די אױגן,

איז דאָס אױסצוקלערן פֿאַרקערטקײט;

דער װאָס בײַסט די ליפּן, װיל אױספֿירן שלעכטס.

31 אַ שײנע קרױן איז אַ גראָער קאָפּ;

אױפֿן װעג פֿון גערעכטיקײט װערט זי געפֿונען.

32 בעסער אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן

אײדער אַ גיבור,

און דער װאָס געװעלטיקט איבער זײַן געמיט,

אײדער דער װאָס באַצװינגט אַ שטאָט.

33 אין שױם װאַרפֿט מען דעם גורל,

אָבער פֿון ה׳ איז זײַן יעטװעדער באַשײד.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-