1 און עס איז געװען אין פֿירטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרט צו יִרמיָהון פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 2 נעם דיר אַ מגילה, און זאָלסט אָנשרײַבן אױף איר אַלע װערטער װאָס איך האָב גערעדט צו דיר אױף יִשׂרָאֵל, און אױף יהוּדה, און אױף אַלע פֿעלקער, פֿון דעם טאָג װאָס איך רעד צו דיר, פֿון די טעג פֿון יֹאשִיָהון און ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 3 אפֿשר װעט דאָס הױז פֿון יהוּדה הערן דאָס גאַנצע בײז װאָס איך טראַכט זײ צו טאָן; כּדי זײ זאָלן זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און איך זאָל פֿאַרגעבן זײער פֿאַרברעך און זײער זינד.
4 האָט יִרמיָהו גערופֿן ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהן, און ברוך האָט אױפֿגעשריבן פֿון יִרמיָהוס מױל אַלע װערטער פֿון ה׳, װאָס ער האָט צו אים גערעדט, אױף אַ מגילה. 5 און יִרמיָהו האָט באַפֿױלן ברוכן, אַזױ צו זאָגן: איך בין פֿאַרהאַלטן, איך קען נישט קומען אין הױז פֿון ה׳; 6 דערום זאָלסט דו גײן, און לײענען פֿון דער מגילה װאָס דו האָסט אױפֿגעשריבן פֿון מײַן מױל, די װערטער פֿון ה׳, אין די אױערן פֿון פֿאָלק, אין הױז פֿון ה׳ אין אַ פֿאַסטטאָג; און אױך אין די אױערן פֿון גאַנץ יהוּדה װאָס קומען פֿון זײערע שטעט, זאָלסטו זײ לײענען. 7 אפֿשר װעט פֿאַלן זײער געבעט פֿאַר ה׳, און זײ װעלן זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג; װאָרעם גרױס איז דער כּעס און דער גרימצאָרן װאָס ה׳ האָט גערעדט אױף דעם דאָזיקן פֿאָלק.
8 האָט ברוך דער זון פֿון נֵרִיָהן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט אים באַפֿױלן – צו לײענען פֿון דעם בוך די װערטער פֿון ה׳ אין ה׳ס הױז.
9 און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון דעם מלך פֿון יהוּדה, אין נײַנטן חודש, האָבן אױסגערופֿן אַ תָּענית פֿאַר ה׳ דאָס גאַנצע פֿאָלק אין ירושָלַיִם, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס איז געקומען פֿון די שטעט פֿון יהוּדה אין ירושָלַיִם. 10 און ברוך האָט געלײענט פֿון דעם בוך די װערטער פֿון יִרמיָהון אין הױז פֿון ה׳, אין דער קאַמער פֿון גמַריָהו דעם זון פֿון שָפָֿן דעם שרײַבער, אין דעם אױבערשטן הױף, אין אײַנגאַנג פֿון דעם נײַעם טױער פֿון ה׳ס הױז, אין די אױערן פֿון גאַנצן פֿאָלק.
11 האָט מיכָיָהו דער זון פֿון גמַריָהו דעם זון פֿון שָפָֿנען געהערט פֿון בוך אַלע װערטער פֿון ה׳, 12 און ער האָט אַראָפּגענידערט צום הױז פֿון מלך, אין דעם שרײַבערס קאַמער; ערשט דאָרטן זיצן אַלע האַרן, אֶלישָמָע דער שרײַבער, און דלָיָהו דער זון פֿון שמַעיָהון, און אֶלנָתָן דער זון פֿון עַכבוֹרן, און גמַריָהו דער זון פֿון שָפָֿנען, און צִדקִיָהו דער זון פֿון חַנַניָהון, און אַלע האַרן. 13 האָט זײ מיכָיָהו דערצײלט אַלע װערטער װאָס ער האָט געהערט, װען ברוך האָט געלײענט פֿון בוך אין די אױער פֿון פֿאָלק. 14 און אַלע האַרן האָט געשיקט צו ברוכן יהודי דעם זון פֿון נתַניָהו דעם זון פֿון שֶלֶמיָהו דעם זון פֿון כּוּשין, אַזױ צו זאָגן: די מגילה װאָס דו האָסט פֿון איר געלײענט אין די אױערן פֿון פֿאָלק, נעם זי אין דײַן האַנט, און קום אַהער. האָט ברוך דער זון פֿון נֵרִיָהון גענומען די מגילה אין זײַן האַנט, און איז געקומען צו זײ. 15 האָבן זײ געזאָגט צו אים: זעץ אַקאָרשט, און לײען זי אין אונדזערע אױערן; און ברוך האָט געלײענט אין זײערע אױערן. 16 און עס איז געװען, װי זײ האָבן געהערט אַלע װערטער, אַזױ האָבן זײ אײנער דעם אַנדערן אָנגעקוקט אין אַנגסט, און זײ האָבן געזאָגט צו ברוכן: דערצײלט מוזן מיר דערצײלן דעם מלך אַלע די דאָזיקע װערטער. 17 און ברוכן האָבן זײ געפֿרעגט, אַזױ צו זאָגן: זאָג אונדז אַקאָרשט, װי אַזױ האָסטו אױפֿגעשריבן די אַלע װערטער פֿון זײַן מױל? 18 האָט ברוך צו זײ געזאָגט: ער פֿלעגט אױסרופֿן צו מיר מיט זײַן מױל אַלע די דאָזיקע װערטער, און איך פֿלעג אױפֿשרײַבן אױפֿן בוך מיט טינט. 19 האָבן די האַרן געזאָגט צו ברוכן: גײ באַהאַלט זיך, דו, און יִרמיָהו, און קײנער זאָל נישט װיסן װוּ איר זײַט.
20 און זײ זײַנען געגאַנגען צום מלך אין הױף; און די מגילה האָבן זײ אַװעקגעלײגט אין דער קאַמער פֿון אֶלישָמָע דעם שרײַבער; און זײ האָבן דערצײלט אין די אױערן פֿון מלך אַלע װערטער. 21 האָט דער מלך געשיקט יהודין צו ברענגען די מגילה, און ער האָט זי געבראַכט פֿון דער קאַמער פֿון אֶלישָמָע דעם שרײַבער; און יהודי האָט זי געלײענט אין די אױערן פֿון מלך, און אין די אױערן פֿון די האַרן װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן מלך. 22 און דער מלך איז געזעסן אין דעם װינטערהױז – דאָס איז געװען אין נײַנטן חודש – און דער פֿײַערטאָפּ איז געװען אָנגעצונדן פֿאַר אים. 23 איז װי יהודי האָט אָפּגעלײענט דרײַ עמודים אָדער פֿיר, אַזױ האָט ער עס אָפּגעשניטן מיטן שרײַבערמעסער, און אַרױפֿגעװאָרפֿן אױפֿן פֿײַער װאָס אין פֿײַערטאָפּ, ביז די גאַנצע מגילה איז פֿאַרלענדט געװאָרן אױף דעם פֿײַער װאָס אין פֿײַערטאָפּ. 24 און זײ האָבן זיך נישט דערשראָקן, און נישט צעריסן זײערע קלײדער, דער מלך און אַלע זײַנע קנעכט װאָס האָבן געהערט אַלע די דאָזיקע װערטער. 25 און הגם אֶלנָתָן און דלָיָהו און גמַריָהו האָבן זיך געבעטן בײַם מלך נישט צו פֿאַרברענען די מגילה, האָט ער דאָך נישט צוגעהערט צו זײ. 26 און דער מלך האָט באַפֿױלן ירַחמְאֵל דעם זון פֿון מלך, און שׂרָיָהו דעם זון פֿון עַזריאֵלן, און שֶלֶמיָהו דעם זון פֿון עַבדְאַלן, צו ברענגען ברוך דעם שרײַבער און יִרמיָהו הנבֿיא, אָבער ה׳ האָט זײ באַהאַלטן.
27 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון, נאָכדעם װי דער מלך האָט פֿאַרברענט די מגילה מיט די װערטער װאָס ברוך האָט אױפֿגעשריבן פֿון יִרמיָהוס מױל – אַזױ צו זאָגן: 28 נעם דיר װידער אַן אַנדער מגילה, און שרײַב אָן אױף איר אַלע פֿריִערדיקע װערטער װאָס זײַנען געװען אױף דער ערשטער מגילה, װאָס יהוֹיָקים דער מלך פֿון יהוּדה האָט פֿאַרברענט. 29 און אױף יהוֹיָקים דעם מלך פֿון יהוּדה זאָלסטו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: דו האָסט פֿאַרברענט די דאָזיקע מגילה, אַזױ צו זאָגן: למאַי האָסטו געשריבן אױף איר, אַזױ צו זאָגן: קומען װעט קומען דער מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט צעשטערן דאָס דאָזיקע לאַנד, און װעט פֿאַרטיליקן פֿון איר מענטשן און בהמות? 30 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט אױף יהוֹיָקים דעם מלך פֿון יהוּדה: קײנער פֿון אים װעט נישט זיצן אױפֿן טראָן פֿון דָוִד, און זײַן טױטער לײַב װעט זיך װאַלגערן אױף דער היץ בײַ טאָג, און אױף דער קעלט בײַ נאַכט. 31 און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט אים, און מיט זײַן זאָמען, און מיט זײַנע קנעכט, פֿאַר זײערע זינד, און איך װעל ברענגען אױף זײ, און אױף די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און אױף די מענער פֿון יהוּדה, דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אױף זײ, און זײ האָבן נישט צוגעהערט.
32 און יִרמיָהו האָט גענומען אַן אַנדער מגילה, און האָט זי געגעבן צו ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהון, דעם שרײַבער און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף איר פֿון יִרמיָהוס מױל אַלע װערטער פֿון דעם בוך װאָס יהוֹיָקים דער מלך פֿון יהוּדה האָט פֿאַרברענט אין פֿײַער; און צו זײ זײַנען צוגעלײגט געװאָרן נאָך פֿיל װערטער אַזױ װי זײ.