Publicidade

Jeremias 49

1 אױף די קינדער פֿון עַמוֹן.

אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

האָט יִשׂרָאֵל קײן קינדער נישט?

צי האָט ער קײן יוֹרש נישט?

פֿאַר װאָס האָט מַלכָּם געיַרשעט גָד,

און זײַן פֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין זײַנע שטעט?

2 דערום זע, טעג קומען,

זאָגט ה׳,

און איך װעל מאַכן הערן אױף רַבָה פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן

אַ שאַלונג פֿון מלחמה;

און זי װעט װערן אַ װיסטער הױפֿן,

און אירע טעכטערשטעט װעלן אין פֿײַער אָנגעצונדן װערן;

און יִשׂרָאֵל װעט ירשען זײַנע ירשער,

זאָגט ה׳.

3 יאָמער, חֶשבוֹן, װאָרעם פֿאַרװיסט געװאָרן איז עַי;

שרײַט, איר טעכטער פֿון רַבָה,

גורט אָן זאַקקלײדער,

קלאָגט און לױפֿט אום צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן,

װאָרעם מַלכָּם װעט אין גלות גײן,

זײַנע פּריסטער און זײַנע האַרן אין אײנעם.

4 װאָס רימסטו זיך מיט די טאָלן,

מיט דײַן פֿלוסיקן טאָל, דו טאָכטער װידערשפּעניקע,

װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף אירע אוֹצרות, אַזױ צו זאָגן:

װער קען קומען צו מיר?

5 זע, איך ברענג אױף דיר אַ פַּחד,

זאָגט אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת,

פֿון אַלע דײַנע אַרומיקע,

און איר װעט פֿאַרשטױסן װערן איטלעכער גלײַך אַקעגן זיך,

און קײנער װעט נישט אײַנזאַמלען דעם פֿאַרװאָגלטן.

6 אָבער דערנאָך װעל איך אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, זאָגט ה׳.

7 אױף אֶדוֹם. אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:

איז מער קײן חכמה נישטאָ אין תֵּימָן?

איז אַן עטש אױסגעגאַנגען פֿון די פֿאַרשטאַנדיקע?

איז אױסגעװעפּט געװאָרן זײער חכמה?

8 אַנטלױפֿט, פֿאַרקערט אײַך, באַזעצט אײַך טיף,

באַװױנער פֿון דדָן;

װאָרעם דער בראָך פֿון עֵשָׂון ברענג איך אױף אים,

בעת איך רעכן זיך מיט אים.

9 אױב האַרבסטער װאָלטן געקומען צו דיר,

װאָלטן זײ דאָך אַ נאָכקלײַב געלאָזט?

אױב גנבֿים בײַ דער נאַכט,

װאָלטן זײ דאָך בלױז צעשטערט גענוג פֿאַר זיך.

10 אָבער איך האָב אַנטפּלעקט עֵשָׂון,

איך האָב אױפֿגעדעקט זײַנע פֿאַרבאָרגענישן,

און באַהאַלטן קען ער זיך נישט;

פֿאַרװיסט געװאָרן איז זײַן זאָמען,

און זײַנע ברידער און זײַנע שכנים,

און ער איז מער נישטאָ.

11 לאָז איבער דײַנע יתומים, איך זאָל זײ דערנערן,

און דײַנע אַלמנות זאָלן אױף מיר זיך פֿאַרזיכערן.

12 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, די װאָס זײ האָט נישט געקומט טרינקען דעם כָּוס, זײ זאָלן יאָ טרינקען, און דו זאָלסט זײַן דער װאָס זאָל שױנען פֿאַרשױנט װערן? װעסט נישט פֿאַרשױנט װערן, נײַערט טרינקען װעסטו טרינקען. 13 װאָרעם איך שװער בײַ מיר, זאָגט ה׳, אַז פֿאַר אַ שרעק, פֿאַר אַ שאַנד, פֿאַר אַ װיסטעניש, און פֿאַר אַ קללה, װעט בָצרָה װערן, און אַלע אירע שטעט װעלן װערן אײביקע חורבֿות.

14 אַ הערונג האָב איך געהערט פֿון ה׳,

און אַ שליח איז געשיקט צװישן די פֿעלקער:

זאַמלט אײַך אײַן, און קומט אױף איר,

און שטײט אױף צו מלחמה.

15 װאָרעם זע, קלײן מאַך איך דיך צװישן די פֿעלקער,

פֿאַראַכט צװישן מענטשן.

16 דײַן מוֹראדיקײט האָט דיך פֿאַרפֿירט,

די מוטװיליקײט פֿון דײַן האַרצן,

דו װאָס װױנסט אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלדז,

װאָס פֿאַרנעמט די הײך פֿון באַרג.

װען זאָלסט דערהײכן װי אַן אָדלער דײַן נעסט,

װעל איך פֿון דאָרט דיך אַראָפּנידערן,

זאָגט ה׳.

17 און אֶדוֹם װעט װערן פֿאַר אַ שרעק, איטלעכער װאָס גײט איר פֿאַרבײַ װעט זיך דערשרעקן, און װעט שמוצערן אױף אַלע אירע פּלאָגן. 18 אַזױ װי די איבערקערעניש פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה און אירע שכנים, זאָגט ה׳, װעט קײן מענטשן דאָרט נישט װױנען, און קײן מענטשנקינד װעט זיך נישט אױפֿהאַלטן אין איר. 19 זע, װי אַ לײב פֿון דעם געװעלד פֿון יַרדן, װעט ער אַרױפֿגײן אױף דער פֿיטערפּלעצער; װאָרעם אין אַ רגע װעל איך אים מאַכן אַנטלױפֿן פֿון דאַנען, און װער דער אױסדערװײלטער, דעם װעל איך אױפֿזעצן איבער איר. װאָרעם װער איז מײַן גלײַכן? און װער קען מיך אַרױסרופֿן? און װער איז דער פּאַסטוך װאָס קען באַשטײן פֿאַר מיר? 20 דערום הערט דעם באַראָט פֿון ה׳ װאָס ער האָט באַראָטן אױף אֶדוֹם, און זײַנע טראַכטונגען װאָס ער טראַכט אױף די באַװױנער פֿון תֵּימָן: אױב די מינדסטע פֿון די שאָף װעלן זײ נישט אַװעקשלעפּן! אױב מע װעט פֿאַרװיסטן זײער װױנונג איבער זײ! 21 פֿון דעם קֹול פֿון זײער פֿאַל ציטערט די ערד; אַ געשרײ װאָס זײַן הילך װערט אױפֿן ים-סוףֿ געהערט. 22 זע, װי אַן אָדלער װעט ער זיך אױפֿהײבן און שװעבן, און שפּרײטן זײַנע פֿליגלען קעגן בָצרָה; און דאָס האַרץ פֿון די גיבוֹרים פֿון אֶדוֹם אין יענעם טאָג װעט זײַן װי דאָס האַרץ פֿון אַ פֿרױ אין װײען.

23 אױף דַמֶשֶׂק:

פֿאַרשעמט איז חַמָת און אַרפַּד,

װאָרעם אַ שלעכטע הערונג האָבן זײ געהערט;

צעגאַנגען זײַנען זײ געװאָרן;

אױפֿן ים איז אַן אומרו,

ער קען זיך נישט אײַנשטילן.

24 שלאַף געװאָרן איז דַמֶשֶׂק, זי קערט זיך צו אַנטלױפֿן,

און אַ ציטערניש האָט זי אָנגענומען;

אַנגסט און װײען האָבן זי אָנגעכאַפּט

װי אַ געװינערין.

25 װי נישט פֿערלאָזט געװאָרן איז דער גערימטער כּרַך,

די שטאָט פֿון מײַן פֿרײד!

26 פֿאַר װאָר, אירע יונגע לײַט װעלן פֿאַלן אין אירע גאַסן,

און אַלע מלחמה-לײַט װעלן פֿאַרשניטן װערן אין יענעם טאָג,

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

27 און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אין דער מױער פֿון דַמֶשֶׂק,

און עס װעט פֿאַרצערן די פֿעסטונגען פֿון בֶן-הַדַד.

28 אױף קֵדָר, און אױף די קיניגרײַכן פֿון חָצוֹר װאָס נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט געשלאָגן.

אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

שטײט אױף, גײט אַרױף אױף קֵדָר,

און פֿאַרװיסט די קינדער פֿון מזרח.

29 זײערע געצעלטן און זײערע שאָף װעט מען צונעמען;

זײערע פֿאָרהאַנגען, און אַלע זײערע כּלים,

און זײערע קעמלען װעט מען צונעמען פֿאַר זיך;

און מען װעט אױסרופֿן אױף זײ: אַ שרעק רונד אַרום!

30 אַנטרינט, אַנטלױפֿט װײַט, באַזעצט אײַך טיף,

באַװױנער פֿון חָצוֹר,

זאָגט ה׳;

װאָרעם נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל

האָט געטראַכט אױף אײַך אַ פּלאַן

און טראַכט אױף אײַך אַ טראַכטונג.

31 שטײט אױף, גײט אַרױף אױף אַ רויקן פֿאָלק

װאָס זיצט אין זיכערקײט,

זאָגט ה׳;

קײן טירן און ריגל האָט ער נישט,

אָפּגעזונדערט װױנען זײ.

32 און זײערע קעמלען װעלן זײַן צו רױב,

און זײער המון פֿיך צו פֿאַנג;

און איך װעל זײ צעשפּרײטן אױף אַלע װינטן –

די װאָס מיט אָפּגעהאַקטע פּיאות;

און פֿון אַלע זײערע זײַטן

װעל איך ברענגען זײער בראָך,

זאָגט ה׳.

33 און חָצוֹר װעט זײַן פֿאַר אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן,

אַ װיסטעניש ביז אײביק;

קײן מענטש װעט נישט װױנען דאָרט,

און קײן מענטשנקינד װעט זיך נישט אױפֿהאַלטן אין איר.

34 װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא אױף עֵילָם, אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון צִדקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן:

35 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: זע, איך צעברעך דעם בױגן פֿון עֵילָם, די פּער פֿון זײערע גיבוֹרים. 36 און איך װעל ברענגען אױף עֵילָם די פֿיר װינטן פֿון די פֿיר עקן הימל, און איך װעל זײ צעשפּרײטן צו אַלע די דאָזיקע װינטן; און עס װעט נישט זײַן אַ פֿאָלק, װאָס די פֿאַרשטױסענע פֿון עֵילָם װעלן נישט קומען אַהין. 37 און איך װעל צעברעכן עֵילָם פֿאַר זײערע פֿײַנט, און פֿאַר די װאָס זוכן זײער לעבן, און איך װעל ברענגען אױף זײ אַן אומגליק – דעם גרים פֿון מײַן צאָרן, זאָגט ה׳; 38 און איך װעל נאָכשיקן נאָך זײ די שװערד, ביז איך טו זײ פֿאַרלענדן. און איך װעל שטעלן מײַן טראָן אין עֵילָם, און װעל אונטערברענגען פֿון דאָרטן קיניג און האַרן, זאָגט ה׳.

39 אָבער עס װעט זײַן אין סוף פֿון די טעג, װעל איך אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון עֵילָם, זאָגט ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-