1 אין נײַנטן יאָר פֿון צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, אין צענטן חודש, איז געקומען נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל און זײַן גאַנצער חיל אױף ירושָלַיִם, און זײ האָבן געלעגערט אױף איר; 2 אין עלפֿטן יאָר פֿון צִדקִיָהון, אין פֿירטן חודש, אין נײַנטן טאָג פֿון חודש, איז אײַנגעבראָכן געװאָרן די שטאָט. – 3 זײַנען געקומען אַלע האַרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און האָבן זיך געזעצט אין מיטלסטן טױער: נֵרגַל שַׂר-אֶצֶר, סַמגַר-נבוֹ, שַׂר-סכים רַב-סָריס, נֵרגַל שַׂר-אֶצֶר, רַב-מָג, און אַלע איבעריקע האַרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל. 4 און עס איז געװען, װי צִדקִיָהו דער מלך פֿון יהוּדה און אַלע מלחמה-לײַט האָבן זײ דערזען, אַזױ זײַנען זײ אַנטלאָפֿן, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען בײַ נאַכט פֿון שטאָט דורך דעם מלכס גאָרטן, דורך עס, טױער צװישן די צװײ מױערן; און ער איז אַרױסגעגאַנגען אױפֿן װעג פֿון פּלױן. 5 האָט דער חיל פֿון די כַּשׂדים זײ נאָכגעיאָגט, און זײ האָבן אָנגעיאָגט צִדקִיָהון אין די פּלױנען פֿון יריחוֹ; און זײ האָבן אים גענומען און אים אַרױפֿגעבראַכט צו נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל קײן רִבֿלָה אין לאַנד חַמָת, און ער האָט אַרױסגעזאָגט אַ משפּט אױף אים. 6 און דער מלך פֿון בָבֿל האָט געשאָכטן די זין פֿון צִדקִיָהון אין רִבֿלָה פֿאַר זײַנע אױגן; אױך אַלע אַדללײַט פֿון יהוּדה האָט דער מלך פֿון בָבֿל געשאָכטן. 7 און די אױגן פֿון צִדקִיָהון האָט ער בלינד געמאַכט, און ער האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן, אים צו ברענגען קײן בָבֿל. 8 און דאָס הױז פֿון דעם מלך, און דאָס הױז פֿון פֿאָלק, האָבן די כַּשׂדים פֿאַרברענט אין פֿײַער, און די מױערן פֿון ירושָלַיִם האָבן זײ אײַנגעװאָרפֿן. 9 און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן אין דער שטאָט, און די צוגעפֿאַלענע װאָס זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים, און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן, האָט נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל פֿאַרטריבן קײן בָבֿל. 10 אָבער פֿון דעם אָרימען פֿאָלק װאָס האָבן גאָרנישט געהאַט, האָט נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל איבערגעלאָזט אין לאַנד יהוּדה, און ער האָט זײ געגעבן װײַנגערטנער און פֿעלדער אין יענעם טאָג.
11 און נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט באַפֿױלן דורך נבֿוזַרְאַדָן דעם הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל װעגן יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: 12 נעם אים, און טו דײַנע אױגן אױף אים, און זאָלסט אים נישט טאָן קײן שום בײז; נײַערט אַזױ װי ער װעט דיר זאָגן, אַזױ טו מיט אים. 13 האָט געשיקט נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל, און נבושַזבן רַב-סָריס, און נֵרגַל-שַׂראֶצֶר רַב-מָג, און אַלע גרױסע לײַט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל – 14 האָבן זײ געשיקט, און האָבן אַרױסגענומען יִרמיָהון פֿון הױף פֿון דער װאַך, און האָבן אים איבערגעגעבן צו גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען, אים אַרױסצונעמען אַהײם. און ער איז געזעסן צװישן פֿאָלק.
15 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון, װען ער איז געװען אײַנגעשפּאַרט אין הױף פֿון דער װאַך, אַזױ צו זאָגן: 16 גײ, און זאָלסט זאָגן צו עֶבֶד-מֶלֶך דעם כּוּשי, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך ברענג מײַנע װערטער אױף דער דאָזיקער שטאָט צום בײזן, און נישט צום גוטן; און זײ װעלן געשען פֿאַר דיר אין יענעם טאָג. 17 אָבער איך װעל דיך מציל זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳, און װעסט נישט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון די מענטשן װאָס דו שרעקסט זיך פֿאַר זײ. 18 װאָרעם אַנטרינען װעל איך דיך מאַכן אַנטרינען, און דורכן שװערד װעסטו נישט פֿאַלן, און דײַן נפֿש װעט דיר זײַן צום געװינס, װײַל דו האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף מיר, זאָגט ה׳.