Publicidade

Jeremias 35

1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳ אין די טעג פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: 2 גײ צו דעם הױז פֿון די רֵכָבים, און זאָלסט רעדן צו זײ, און זײ ברענגען אין הױז פֿון ה׳, אין אײנער פֿון די קאַמערן, און זײ געבן טרינקען װײַן. 3 האָב איך גענומען יַאֲזַניָה דעם זון פֿון יִרמיָהו דעם זון פֿון כַבַצִניָהן, און זײַנע ברידער, און אַלע זײַנע זין, און דאָס גאַנצע הױז פֿון די רֵכָבים. 4 און איך האָב זײ געבראַכט אין הױז פֿון ה׳, אין דער קאַמער פֿון די זין פֿון חָנָן דעם זון פֿון יִגדַליָהו דעם מאַן פֿון ג-ט, װאָס לעבן דער קאַמער פֿון די האַרן, װאָס איבער דער קאַמער פֿון מַעֲשֵׂיָהו דעם זון פֿון שַלום דעם שװעלהיטער. 5 און איך האָב דערלאַנגט פֿאַר די קינדער פֿון דעם הױז פֿון די רֵכָבים קריגלעך פֿול מיט װײַן און בעכערס, און איך האָב צו זײ געזאָגט: טרינקט װײַן. 6 האָבן זײ געזאָגט: מיר טרינקען נישט קײן װײַן, װאָרעם יוֹנָדָב דער זון פֿון רֵכָבֿן, אונדזער פֿאָטער, האָט אונדז באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט טרינקען קײן װײַן, איר, און אײַערע קינדער ביז אײביק; 7 און קײן הױז זאָלט איר נישט בױען, און קײן זאָמען זאָלט איר נישט זײען, און קײן װײַנגאָרטן זאָלט איר נישט פֿלאַנצן, און נישט האָבן; נײַערט אין געצעלטן זאָלט איר זיצן אַלע אײַערע טעג, כּדי איר זאָלט לעבן פֿיל טעג אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װאָס איר װױנט דאָרטן. 8 און מיר האָבן צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון יהוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבֿן, אונדזער פֿאָטער, אין אַלץ װאָס ער האָט אונדז באַפֿױלן, נישט צו טרינקען קײן װײַן אַלע אונדזערע טעג, מיר, אונדזערע װײַבער, אונדזערע זין, און אונדזערע טעכטער; 9 און נישט צו בױען קײן הײַזער פֿאַר אונדז צום װױנען, און קײן װײַנגאָרטן, און קײן פֿעלד, און קײן זאָמען, זאָל בײַ אונדז נישט זײַן. 10 און מיר זײַנען געזעסן אין געצעלטן, און מיר האָבן געהאָרכט און געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס אונדזער פֿאָטער יוֹנָדָב האָט אונדז באַפֿױלן. 11 און עס איז געװען, אַז נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל איז אַרױפֿגעקומען אױפֿן לאַנד, האָבן מיר געזאָגט: קומט, און לאָמיר אַרײַנגײן אין ירושָלַיִם פֿון װעגן דעם חיל פֿון די כַּשׂדים, און פֿון װעגן דעם חיל פֿון אַרָם; און מיר האָבן זיך באַזעצט אין ירושָלַיִם.

12 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: 13 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: גײ, און זאָלסט זאָגן צו די מענער פֿון יהוּדה, און צו די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם: װילט איר נישט אַ מוסר אַראָפּנעמען צוצוהערן צו מײַנע װערטער? זאָגט ה׳. 14 געהאַלטן װערן די װערטער פֿון יהוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבֿן, װאָס האָט באַפֿױלן זײַנע קינדער נישט צו טרינקען קײן װײַן, און זײ טרינקען נישט ביז אױף הײַנטיקן טאָג, װײַל זײ געהאָרכן דעם באַפֿעל פֿון זײער פֿאָטער, און איך האָב גערעדט צו אײַך, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד גערעדט, און איר האָט נישט צוגעהערט צו מיר. 15 און איך האָב געשיקט צו אײַך אַלע מײַנע קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט, אַזױ צו זאָגן: קערט אײַך אום איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און בעסערט אײַערע מעשׂים, און איר זאָלט נישט גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער זײ צו דינען, און בלײַבט זיצן אױף דער ערד װאָס איך האָב געגעבן אײַך און אײַערע עלטערן; אָבער איר האָט נישט צוגענײַגט אײַער אױער, און נישט צוגעהערט צו מיר. 16 איז, װײַל די קינדער פֿון יהוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבֿן האָבן מקײם געװען דעם באַפֿעל פֿון זײער פֿאָטער, װאָס ער האָט זײ באַפֿױלן, און דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט נישט צוגעהערט צו מיר, 17 דערום האָט אַזױ געזאָגט ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך ברענג אױף יהוּדה און אױף אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם דאָס גאַנצע בײז װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אױף זײ; װײַל איך האָב גערעדט צו זײ, און זײ האָבן נישט צוגעהערט, און איך האָב גערופֿן צו זײ און זײ האָבן זיך נישט אָפּגערופֿן.

18 און צו דעם הױז פֿון די רֵכָבים האָט יִרמיָהו געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: װײַל איר האָט צוגעהערט צו דעם באַפֿעל פֿון יהוֹנָדָב אײַער פֿאָטער, און איר האָט אָפּגעהיט אַלע זײַנע באַפֿעלן, און איר האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט אײַך באַפֿױלן, 19 דערום האָט אַזױ געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: עס װעט נישט פֿאַרשניטן װערן פֿון יוֹנָדָב דעם זון פֿון רֵכָבֿן אַ מאַן צו שטײן פֿאַר מיר אַלע טעג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-