1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 זאָלסט דיר נישט נעמען קײן װײַב, און נישט האָבן קײן זין און קײן טעכטער אין דעם דאָזיקן אָרט. 3 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף די זין און אױף די טעכטער װאָס װערן געבאָרן אין דעם דאָזיקן אָרט, און אױף זײערע מוטערס װאָס האָבן זײ געהאַט, און אױף זײערע פֿאָטערס װאָס האָבן זײ געבאָרן אין דעם דאָזיקן לאַנד: 4 טױטן פֿון יסורים װעלן זײ שטאַרבן; נישט באַקלאָגט און נישט באַגראָבן װעלן זײ װערן, צו מיסט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד װעלן זײ זײַן; און פֿון שװערד און פֿון הונגער װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן; און זײערע טױטע לײַבער װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד.
5 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זאָלסט נישט קומען אין הױז פֿון יאָמער, און זאָלסט נישט גײן באַקלאָגן, און זאָלסט זײ נישט באַדױערן, װאָרעם איך האָב אַװעקגענומען מײַן שלום פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, זאָגט ה׳, די גענאָד, און די דערבאַרעמונג. 6 און גרױס און קלײן װעלן שטאַרבן אין דעם דאָזיקן לאַנד; נישט זײ װעלן באַגראָבן װערן, און נישט מע װעט קלאָגן נאָך זײ, און נישט מע װעט זיך אײַנשנײַדן, און נישט מע װעט זיך אַ פּליך מאַכן נאָך זײ; 7 און נישט מע װעט ברעכן ברױט פֿאַר זײ אין אַבֿלות, זײ צו טרײסטן נאָך אַ טױטן, און נישט מע װעט זײ געבן טרינקען אַ בעכער פֿון טרײסטונג נאָך זײער פֿאָטער און נאָך זײער מוטער. 8 און אין הױז פֿון אַ סעודה זאָלסטו נישט גײן, צו זיצן מיט זײ, צו עסן און צו טרינקען. 9 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך פֿאַרשטער פֿון דעם דאָזיקן אָרט, פֿאַר אײַערע אױגן און אין אײַערע טעג, דעם קֹול פֿון לוסטיקײט און דעם קֹול פֿון פֿרײד, דעם קֹול פֿון אַ חתן און דעם קֹול פֿון אַ כּלה.
10 און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט זאָגן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק די אַלע װערטער, און זײ װעלן זאָגן צו דיר: פֿאַר װאָס האָט ה׳ אָנגעזאָגט אױף אונדז אַל דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און װאָס איז אונדזער פֿאַרברעך, און װאָס איז אונדזער זינד װאָס מיר האָבן געזינדיקט צו ה׳ אלוקינו? 11 זאָלסטו זאָגן צו זײ: פֿאַר װאָס אײַערע עלטערן האָבן מיך פֿאַרלאָזן, זאָגט ה׳, און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע ג‑טער, און האָבן זײ געדינט, און זיך געבוקט צו זײ, און מיך האָבן זײ פֿאַרלאָזן, און מײַן תּורה האָבן זײ נישט געהיט. 12 און איר האָט נאָך ערגער געטאָן פֿון אײַערע עלטערן, און אָט גײט איר איטלעכער נאָך דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײַן בײזן האַרצן, מיך נישט צו הערן. 13 דערום װעל איך אײַך פֿאַרװאַרפֿן פֿון דעם דאָזיקן לאַנד אין אַ לאַנד װאָס נישט איר און נישט אײַערע עלטערן האָבן געקענט, און איר װעט דאָרטן דינען פֿרעמדע ג‑טער טאָג און נאַכט; װאָרעם איך װעל אײַך נישט געבן קײן לײַטזעליקײט.
14 פֿאַר װאָר, זע טעג קומען, זאָגט ה׳, און עס װעט מער נישט געזאָגט װערן: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס האָט אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם! 15 נײַערט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס האָט אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון צפֿון-לאַנד און פֿון אַלע לענדער װאָס ער האָט זײ פֿאַרשטױסן אַהין! און איך װעל זײ אומקערן אױף זײער ערד װאָס איך האָב געגעבן זײערע עלטערן.
16 זע, איך שיק נאָך פֿישערס אַ סך, זאָגט ה׳, און זײ װעלן זײ אַרױספֿישן; און דערנאָך װעל איך שיקן נאָך אַ סך יעגערס, און זײ װעלן זײ צונױפֿיאָגן פֿון יעטװעדער באַרג, און פֿון יעטװעדער הײך, און פֿון די שפּאַלטן פֿון די פֿעלדזן. 17 װאָרעם מײַנע אױגן זײַנען אױף אַלע זײערע װעגן, נישט פֿאַרבאָרגן זײַנען זײ פֿון פֿאַר מיר, און נישט פֿאַרהױלן איז זײער פֿאַרברעך פֿון אַקעגן מײַנע אױגן. 18 און איך װעל צוערשט באַצאָלן טאָפּל זײער פֿאַרברעך און זײער זינד, פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרשװעכט מײַן לאַנד מיט די נבלות פֿון זײערע מיאוסע אָפּגעטער, און זײערע אומװערדיקײטן האָבן אָנגעפֿילט מײַן אַרב.
19 ה׳, מײַן פֿעסטיקײט און מײַן פֿעסטונג,
און מײַן אַנטרינונג אין טאָג פֿון נױט
צו דיר װעלן פֿעלקער קומען פֿון די עקן ערד,
און װעלן זאָגן: נאָר ליגן האָבן געירשענט אונדזערע עלטערן,
נישטיקײטן װאָס אין זײ איז קײן נוץ נישטאָ.
20 קען אַ מענטש זיך מאַכן ג‑טער,
אַז זײ זײַנען קײן ג‑טער נישט?
21 פֿאַר װאָר, זע, איך מאַך זײ װיסן, דאָס מאָל װעל איך זײ מאַכן װיסן מײַן האַנט און מײַן גבֿורה, און זײ װעלן װיסן אַז מײַן נאָמען איז ה׳.