1 אַזױ האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: גײ און זאָלסט דיר קױפֿן אַ פֿלאַקסענעם גאַרטל, און אים אָנטאָן אױף דײַנע לענדן, און אין װאַסער זאָלסטו אים נישט לאָזן קומען. 2 האָב איך געקױפֿט דעם גאַרטל אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳, און אָנגעטאָן אױף מײַנע לענדן. 3 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: 4 נעם דעם גאַרטל װאָס דו האָסט געקױפֿט, װאָס אױף דײַנע לענדן, און שטײ אױף, גײ דיר קײן פּרָת, און באַהאַלט אים דאָרטן אין אַ שפּאַלט פֿון פֿעלדז. 5 בין איך געגאַנגען און האָב אים באַהאַלטן אין פּרָת אַזױ װי ה׳ האָט מיר באַפֿױלן. 6 און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿיל טעג, האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: שטײ אױף, גײ קײן פּרָת, און נעם אַרױס פֿון דאָרטן דעם גאַרטל, װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן אים דאָרטן צו באַהאַלטן. 7 בין איך געגאַנגען קײן פּרָת, און האָב אױפֿגעגאָרבן, און אַרױסגענומען דעם גאַרטל פֿון דעם אָרט װאָס איך האָב אים דאָרטן באַהאַלטן; ערשט דער גאַרטל איז געװען פֿאַרדאָרבן, ער האָט נישט געטױגט צו קײן זאַץ.
8 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 9 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אַזױ װעל איך פֿאַרדאַרבן דעם שטאָלץ פֿון יהוּדה, און דעם שטאָלץ פֿון ירושָלַיִם, דעם גרױסן. 10 דאָס דאָזיקע בײזע פֿאָלק װאָס װילן נישט הערן מײַנע װערטער, װאָס גײען אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון זײער האַרצן, און זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע ג‑טער זײ צו דינען, און זיך צו בוקן צו זײ, װעלן װערן װי דער דאָזיקער גאַרטל װאָס טױג נישט צו קײן זאַך. 11 װאָרעם אַזױ װי דער גאַרטל איז באַהעפֿט צו די לענדן פֿון אַ מאַן, אַזױ האָב איך באַהעפֿט צו מיר דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און דאָס גאַנצע הױז פֿון יהוּדה, זאָגט ה׳, מיר צו זײַן פֿאַר אַ פֿאָלק, און פֿאַר אַ נאָמען, און פֿאַר אַ לױב, און פֿאַר אַ שײנקײט; אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט.
12 און זאָלסט זאָגן צו זײ דאָס דאָזיקע װאָרט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: יעטװעדער קרוג װערט אָנגעפֿילט מיט װײַן. און אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר: װײסן מיר דען נישט װױל, אַז יעטװעדער קרוג װערט אָנגעפֿילט מיט װײַן? 13 זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך פֿיל אָן אַלע באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד, און די מלכים װאָס זיצן פֿון דָוִדן אױף זײַן טראָן, און די כּהנים, און די נבֿיאים, און אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, מיט שיכּרות. 14 און איך װעל זײ צעהאַקן אײנעם אָן אַנדערן, אי די פֿאָטערס אי די זין אין אײנעם, זאָגט ה׳; איך װעל נישט שױנען, און נישט דערבאַרעמען, און נישט רחמנות האָבן, זײ נישט אומצוברענגען.
15 הערט און לײגט צו דאָס אױער,
איר זאָלט אײַך נישט דערהײבן,
װאָרעם ה׳ האָט גערעדט;
16 גיט כּבֿוד צו ה׳ אלוקיכם,
אײדער עס װעט פֿינצטער װערן,
און אײדער אײַערע פֿיס װעלן זיך אָפּשלאָגן
אױף די נאַכטיקע בערג,
און איר װעט האָפֿן אױף ליכט,
און ער װעט עס מאַכן צו טױטשאָטן,
און פֿאַרקערן אין חושכניש.
17 און אַז איר װעט דאָס נישט צוהערן,
װעט װײנען אין פֿאַרבאָרגעניש מײַן זעל
פֿון װעגן דער האָפֿערדיקײט,
און טרערן װעט טרערן,
און צעגײן װעט אין טרערן, מײַן אױג,
װאָס די סטאַדע פֿון ה׳ װערט געפֿאַנגען.
18 זאָג צו דעם מלך און צו דער מוטער-מלכּה:
זעצט אײַך אַראָפּ נידעריק,
װאָרעם עס האָט אַראָפּגענידערט פֿון אײַער קאָפּ,
אײַערע הערליכע קרױן.
19 די שטעט פֿון דָרום זײַנען פֿאַרשלאָסן,
און ניטאָ װער זאָל עפֿענען;
גאַנץ יהוּדה איז פֿאַרטריבן געװאָרן,
פֿאַרטריבן געװאָרן אין גאַנצן.
20 הײבט אױף אײַערע אױגן, און זעט
די װאָס קומען פֿון צפֿון;
װוּ איז די סטאַדע װאָס איז דיר געגעבן געװאָרן?
די שײנע שאָף דײַנע?
21 װאָס װעסטו זאָגן װען ער װעט אָנזעצן אױף דיר,
די װאָס דו האָסט זײ אײַנגעװױנט פֿאַר פֿירשטן איבער דיר?
פֿאַר װאָר, װײען װעלן דיך אָננעמען,
װי אַ פֿרױ צו קינד.
22 און אױב דו װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן:
פֿאַר װאָס האָט דאָס מיר געטראָפֿן?
פֿאַר דײַן גרױס זינד זײַנען אױפֿגעדעקט געװאָרן דײַנע ברעגן,
אַנטבלױזט געװאָרן דײַנע טריט.
23 קען אַ כּוּשי בײַטן זײַן הױט,
און אַ לעמפּערט זײַנע פֿלעקן?
אַזױ קענט איר גוטס טאָן,
איר צוגעװױנטע בײז צו טאָן.
24 דערום װעל איך זײ צעשפּרײטן װי שפּרײ
װאָס פֿאַרגײט פֿאַרן װינט פֿון מדבר.
25 דאָס איז דײַן גורל,
דײַן צוגעמאָסטענער טײל פֿון מיר,
זאָגט ה׳,
װײַל דו האָסט פֿאַרגעסן אָן מיר,
און זיך פֿאַרזיכערט אױף ליגן.
26 דערום אױפֿדעק איך אױך אױף דײַנע ברעגן איבער דײַן פּנים,
און געזען װערן װעט דײַן שאַנד.
27 דײַן ניאוף און דײַנע הירזשעס,
די שענדלעכקײט פֿון דײַן זנות –
אױף די הײכן אין פֿעלד האָב איך געזען דײַנע אומװערדיקײטן.
װײ דיר, ירושָלַיִם, װיסט נישט רײן װערן!
ביז איבער װאַנען נאָך?