Publicidade

Zacarias 13

1 אין יענעם טאָג װעט זיך עפֿענען אַ קװאַל

פֿאַר דעם הױז פֿון דָוִד, און פֿאַר די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם,

פֿאַר זינד און פֿון װאָס איז אומרײן.

2 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג,

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,

װעל איך פֿאַרשנײַדן די נעמען פֿון די געצנבילדער, פֿון לאַנד,

און זײ װעלן מער נישט געדאַכט װערן;

און אױך די נבֿיאים און דעם גײַסט פֿון אומרײנקײט

װעל איך אָפּשאַפֿן פֿון לאַנד.

3 און עס װעט זײַן, אַז עמיצער װעט נאָך אַלץ נבֿיאות זאָגן, װעלן זאָגן צו אים זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן: טאָרסט נישט בלײַבן לעבן, װאָרעם ליגן האָסטו געזאָגט אין נאָמען פֿון ה׳; און זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן, װעלן אים שטעכן, אַז ער װעט נבֿיאות זאָגן. 4 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן זיך די נבֿיאים שעמען איטלעכער מיט זײַן זעונג, װען ער װעט נבֿיאות זאָגן; און זײ װעלן נישט אָנטאָן אַ האָריקן מאַנטל כּדי צו נאַרן. 5 און ער װעט זאָגן: נישט קײן נבֿיא בין איך, איך בין אַ פּויער, װאָרעם מען האָט מיך געלערנט בהמות צו היטן פֿון מײַן יוגנט אָן. 6 און אַז מע װעט זאָגן צו אים: װאָס זײַנען די דאָזיקע װוּנדן צװישן דײַנע הענט? װעט ער זאָגן: דאָס האָב איך געקריגן געשלאָגן אין הױז פֿון מײַנע גוטע פֿרײַנט.

7 דערװעק זיך, שװערד, אױף מײַן פּאַסטוך,

און אױף דעם מאַן װאָס איך האָב מיר צוגעחבֿרט!

זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת;

שלאָג דעם פּאַסטוך, און די שאָף זאָלן צעשפּרײט װערן;

און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף די יונגען.

8 און עס װעט געשען אין גאַנצן לאַנד, זאָגט ה׳;

צװײ טײלן דערין װעלן פֿאַרשניטן װערן און פֿאַרגײן,

און אַ דריט-חלק װעט בלײַבן דערין.

9 און איך װעל ברענגען דעם דריט-חלק אין פֿײַער,

און װעל זײ לײַטערן װי מע לײַטערט זילבער,

און װעל זײ פּרוּװן װי מע פּרוּװט גאָלד;

ער װעט רופֿן מײַן נאָמען, און איך װעל אים ענטפֿערן;

איך זאָג: ער איז מײַן פֿאָלק,

און ער װעט זאָגן: ה׳ איז מײַן ג-ט.

Veja também

Publicidade
Zacarias
Ver todos os capítulos de Zacarias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-