Publicidade

Zacarias 7

1 און עס איז געװען אין פֿירטן יאָר פֿון מלך דָריָוֶש, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו זכַריָהן אין פֿירטן טאָג פֿון נײַנטן חודש, אין כִּסלֵו, 2 װען בֵית-אֵל, שַׂראֶצֶר, און רֶגֶם-מֶלֶך און זײַנע מענטשן, האָבן געשיקט צו בעטן פֿאַר ה׳, 3 און צו זאָגן צו די כּהנים װאָס אין הױז פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, און צו די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך װײנען אין דעם פֿינפֿטן חודש אָפּגעזונדערטערהײט, אַזױ װי איך האָב געטאָן שױן פֿון כַּמֶה יאָרן? 4 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 5 זאָג צו דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד, און צו די כּהנים, אַזױ צו זאָגן: אַז איר האָט געפֿאַסט און געקלאָגט אין פֿינפֿטן און אין זיבעטן חודש שױן זיבעציק יאָר, האָט איר פֿאַסטן דען מיר געפֿאַסט? 6 און אַז איר עסט, און אַז איר טרינקט, זײַט איר נישט די װאָס עסט, און איר די װאָס טרינקט? 7 דאָס זײַנען דאָך די װערטער װאָס ה׳ האָט גערופֿן דורך די פֿריִערדיקע נבֿיאים, װען ירושָלַיִם איז געװען באַזעצט און בשלװה, מיט אירע שטעט רונד אַרום איר, און דער דָרום און די נידערונג זײַנען געװען באַזעצט.

8 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו זכַריָהן, אַזױ צו זאָגן:

9 אַזױ האָט געהאַט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן:

משפּט אַן אמתן משפּט,

און טוט חֶסֶד און דערבאַרעמונג אײנער מיטן אַנדערן,

10 און אַן אַלמנה און אַ יתום,

אַ פֿרעמדן און אַן אָרעמאַן,

זאָלט איר נישט דריקן,

און אײנער דעם אַנדערנס רעה

זאָלט איר נישט טראַכטן אין אײַער האַרצן.

11 אָבער זײ האָבן נישט געװאָלט האָרכן,

און זײ האָבן געקערט אַ װידערשפּעניקן רוקן,

און זײערע אױערן האָבן זײ פֿאַרשטאָפּט נישט צו הערן.

12 און זײער האַרץ האָבן זײ געמאַכט אַזױ װי דימענטשטײן,

נישט צו הערן די תּורה און די װערטער

װאָס ה׳ צבָֿאוֹת האָט געשיקט מיט זײַן רוּחַ

דורך די פֿריִערדיקע נבֿיאים;

דערום איז געװאָרן אַ גרױסער צאָרן פֿון ה׳ צבָֿאוֹת.

13 און עס איז געװען:

אַזױ װי ער האָט גערופֿן, און זײ האָבן נישט צוגעהערט,

אַזױ װעלן זײ רופֿן, און איך װעל נישט צוהערן,

האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.

14 און איך װעל זײ צעשטורעמען איבער אַלע פֿעלקער

װאָס זײ האָבן זײ נישט געקענט.

אַזױ איז דאָס לאַנד װיסט געװאָרן נאָך זײ,

אָן אַ גײער און אָן אַ קומער;

און זײ האָבן געמאַכט דאָס גלוסטיקע לאַנד אַ װיסטעניש.

Veja também

Publicidade
Zacarias
Ver todos os capítulos de Zacarias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-