1 דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט גערעדט אױף בָבֿל, אױפֿן לאַנד פֿון די כַּשׂדים, דורך יִרמיָהו הנבֿיא:
2 זאָגט אָן צװישן די פֿעלקער, און מאַכט הערן,
און הײבט אױף אַ פֿאָן;
מאַכט הערן, איר זאָלט נישט פֿאַרהױלן;
זאָגט: באַצװוּנגען איז בָבֿל,
צו שאַנד איז בֵל, צעבראָכן איז מרוֹדַך,
צו שאַנד זײַנען אירע געצנבליקדער,
צעבראָכן אירע אָפּגעטער.
3 װאָרעם אַ פֿאָלק פֿון צפֿון איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף איר, ער װעט מאַכן איר לאַנד צו װיסט, און קײן באַװױנער װעט אין איר נישט זײַן; פֿון אַ מענטש ביז אַ בהמה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַװעק.
4 אין יענע טעג און אין יענער צײַט, זאָגט ה׳, װעלן קומען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זײ און די קינדער פֿון יהוּדה אין אײנעם; גײן װײנענדיק װעלן זײ גײן, און ה׳ זײער ג-ט װעלן זײ זוכן. 5 אױף צִיוֹן װעלן זײ פֿרעגן, אױפֿן װעג אַהער זײער פּנים: קומט, און לאָמען זיך באַהעפֿטן אָן ה׳, אין אַן אײביקן ברית װאָס זאָל נישט פֿאַרגעסן װערן.
6 בלודנע שאָף איז געװען מײַן פֿאָלק; זײערע פּאַסטוכער האָבן זײ געלאָזט בלאָנדזשען, אױף די בערג זײ אַװעקגעלאָזט; פֿון באַרג צו בערגל זײַנען זײ געגאַנגען, פֿאַרגעסן זײער הױעראָרט. 7 אַלע װאָס האָבן זײ געפֿונען האָבן זײ פֿאַרצערט, און זײערע פֿײַנט האָבן געזאָגט: מיר װעלן נישט שולדיק זײַן, װײַל זײ האָבן געזינדיקט צו ה׳, צו דער װױנונג פֿון גערעכטיקײט, און דער האָפֿונג פֿון זײערע עלטערן, ה׳.
8 אַנטלױפֿט פֿון בָבֿל, און פֿון לאַנד כַּשׂדים גײט אַרױס, און זײַט װי בעק פֿאַרױס פֿאַר די שאָף. 9 װאָרעם זע, איך דערװעק און ברענג אַרױף אױף בָבֿל אַ געזעמל גרױסע פֿעלקער פֿון צפֿון-לאַנד, און זײ װעלן זיך אױסשטעלן קעגן איר; פֿון דאָרטן װעט זי באַצװוּנגען װערן; זײערע פֿײַלן זײַנען װי פֿון אַ באַגליקטן גיבור, װאָס קערט זיך נישט אום מיט לײדיקן. 10 און כַּשׂדים װעט זײַן צו רױב; אַלע די װאָס רױבען איר װעלן זאַט װערן, זאָגט ה׳.
11 װײַל איר פֿרײט זיך, װײַל איר זײַט לוסטיק,
איר אױסרױבער פֿון מײַן אַרב,
װײַל איר שפּרינגט װי אַ קאַלב אױף גראָז,
און הירזשעט װי די אָגערס,
12 װעט זײַן אין גרױס שאַנד אײַער מוטער,
װעט זיך שעמען אײַער געװינערין.
זע, דאָס לעצטע פֿון די פֿעלקער װעט װערן
אַ מדבר, אַ טריקעניש, און אַ װילדערניש.
13 פֿון װעגן דעם צאָרן פֿון ה׳ װעט זי זײַן נישט באַװױנט,
און זי װעט זײַן אַ װיסטעניש אין גאַנצן;
איטלעכער װאָס גײט פֿאַרבײַ בָבֿל װעט זיך דערשרעקן,
און װעט שמוצערן אױף אַלע אירע פּלאָגן.
14 שטעלט זיך אױס קעגן בָבֿל רונד אַרום,
אַלע שפּאַנער פֿון בױגן,
װאַרפֿט אױף איר, איר זאָלט נישט שפּאָרן קײן פֿײַלן,
װאָרעם צו ה׳ האָט זי געזינדיקט.
15 שאַלט אױף איר רונד אַרום,
זי האָט זיך אונטערגעגעבן;
געפֿאַלן זײַנען אירע גרונטפֿעסטן,
צעשטערט געװאָרן אירע מױערן;
װאָרעם דאָס איז די נקמה פֿון ה׳,
זײַט זיך נוֹקם אָן איר;
װי זי האָט געטאָן, טו צו איר.
16 פֿאַרשנײַדט אַ זײער פֿון בָבֿל,
און דעם װאָס האַלט אַ שנײַדמעסער אין שניטצײַט;
פֿון װעגן דער שװערד װאָס פֿאַרטיליקט,
װעלן זײ איטלעכער צו זײַן פֿאָלק זיך קערן,
און איטלעכער צו זײַן לאַנד װעלן זײ אַנטלױפֿן.
17 אַ צעשפּרײטע שאָף איז יִשׂרָאֵל, לײבן האָבן אים פֿאַרשטױסן; דער ערשטער האָט אים געגעסן דער מלך פֿון אשור, און דער דאָזיקער לעצטער האָט אים צעבײַנערט – נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל. 18 דערום האָט אַזױ געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זע, איך רעכן זיך מיט דעם מלך פֿון בָבֿל און מיט זײַן לאַנד, אַזױ װי איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט דעם מלך פֿון אשור. 19 און איך װעל אומקערן יִשׂרָאֵל צו זײַן פֿיטערפּלאַץ, און ער װעט זיך פֿיטערן אױפֿן כַּרמֶל און בָשָן, און אױפֿן געבערג פֿון אפֿרים און גִלעָד װעט זיך זעטן זײַן זעל. 20 אין יענע טעג און אין יענער צײַט, זאָגט ה׳, װעט געזוכט װערן די זינד פֿון יִשׂרָאֵל, און זי װעט נישט זײַן, און די חטאָים פֿון יהוּדה, און זײ װעלן נישט געפֿונען װערן, װאָרעם איך װעל פֿאַרגעבן די װאָס איך װעל איבערלאָזן.
21 אױף דעם לאַנד מרָתַיִם מאַך חרובֿ
און באַװױנער פֿון פְּקוֹד
חרם זאָלסט דו הינטער זײ,
זאָגט ה׳,
און טו אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן.
22 אַ קֹול פֿון מלחמה אין לאַנד,
און אַ בראָך אַ גרױסער!
23 װי איז צעהאַקט און צעבראָכן געװאָרן
דער האַמער פֿון די גאַנצער ערד!
װי איז בָבֿל צו װיסט געװאָרן צװישן די פֿעלקער!
24 איך האָב דיר אַ נעץ געשטעלט
און ביסט אױף געפֿאַנגען געװאָרן, בָבֿל,
און דו האָסט נישט געמערקט;
ביסט געפֿונען געװאָרן און אױך געכאַפּט געװאָרן,
װײַל דו האָסט זיך מיט ה׳ צערײצן.
25 ה׳ האָט געעפֿנט זײַן שאַצקאַמער,
און אַרױסגעצױגן די געצײַג פֿון זײַן צאָרן,
װאָרעם אַן אַרבעט פֿאַר אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת
איז דאָ אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים.
26 קומט אױף איר פֿון אַלע עקן,
עפֿנט אירע שפּײַכלערס,
װאַרפֿט זי אָן אַזױ װי הױפֿנס, און פֿאַרװיסט זי;
זאָל נישט זײַן פֿון איר אַן איבערבלײַב.
27 קױלעט אַלע אירע אָקסן,
זאָלן זײ נידערן צו דער שחיטה;
װײ צו זײ! װאָרעם געקומען איז זײער טאָג,
די צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט.
28 אַ קֹול פֿון אַנטלאָפֿענע און אַנטרונענע פֿון לאַנד בָבֿל! אָנצוזאָגן אין צִיוֹן די נקמה פֿון ה׳ אלוקינו, די נקמה פֿאַר זײַן הֵיכל.
29 רופֿט צונױף די שיסערס אױף בָבֿל, אַלע שפּאַנער פֿון בױגן, לעגערט אױף איר רונד אַרום, זאָל איר נישט זײַן קײן אַנטרינונג; באַצאָלט איר לױט איר װערק, אַזױ װי אַלץ װאָס זי האָט געטאָן, טוט צו איר. װאָרעם אַקעגן ה׳ האָט זי געמוטװיליקט, אַקעגן דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל. 30 דערום װעלן פֿאַלן אירע יונגעלײַט אין אירע גאַסן, און אַלע אירע מלחמה-לײַט װעלן פֿאַרשניטן װערן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳.
31 זע, איך קום אױף דיר, מוטװיליקער,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת,
װאָרעם געקומען איז דײַן טאָג,
די צײַט װאָס איך רעכן זיך מיט דיר.
32 און דער מוטװיליקער װעט געשטרױכלט װערן און פֿאַלן,
און נישט האָבן װער זאָל אים אױפֿשטעלן;
און איך װעל אָנצינדן אַ פֿײַער אין זײַנע שטעט,
און עס װעט פֿאַרצערן אַלץ װאָס אַרום אים.
33 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: געדריקט װערן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל און די קינדער פֿון יהוּדה אין אײנעם, און אַלע זײערע פֿאַנגערס האַלטן זײ פֿעסט, זײ װילן זײ נישט אַװעקלאָזן. 34 זײער אױסלײזער איז שטאַרק, ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען; קריגן װעט ער קריגן זײער קריג, כּדי צו באַרוען די ערד, און מאַכן ציטערן די באַװױנער פֿון בָבֿל.
35 אַ שװערד אױף די כַּשׂדים,
זאָגט ה׳,
און אױף די באַװױנער פֿון בָבֿל,
און אױף אירע האַרן, און אױף אירע חכמים!
36 אַ שװערד אױף די װאָרזאָגערס,
און זײ װעלן באַנאַרישט װערן!
אַ שװערד אױף אירע גיבוֹרים,
און זײ װעלן צעבראָכן װערן!
37 אַ שװערד אױף זײערע פֿערד, און אױף זײער רײַטװעגן,
און אױף אַלע געמישטע פֿעלקער װאָס אין איר,
און זײ װעלן װערן װי װײַבער!
אַ שװערד אױף אירע אוֹצרות,
און זײ װעלן צערױבט װערן!
38 אַ טריקעניש אױף אירע װאַסערן,
און זײ װעלן אױסגעטריקנט װערן!
װאָרעם אַ לאַנד פֿון געצן איז דאָס,
און מיט שרעקבילדער זײַנען זײ משוגע.
39 דערום װעלן דאָרט װױנען װילדע קעץ מיט שאַקאַלן, און װױנען אין איר װעלן שטרױספֿױגלען, און זי װעט נישט באַזעצט װערן אױף אײביק, און נישט באַװױנט װערן אױף דור-דורות. 40 אַזױ װי ג-טס איבערקערעניש פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה און אירע שכנים, זאָגט ה׳, װעט קײן מענטש דאָרט נישט װױנען, און קײן מענטשנקינד װעט זיך נישט אױפֿהאַלטן אין איר.
41 זע, אַ פֿאָלק קומט פֿון צפֿון,
און אַ גרױסע אומה און פֿיל מלכים
דערװעקן זיך פֿון די עקן ערד.
42 בױגן און שפּיז האַלטן זײ,
אַכזרים זײַנען זײ, און האָבן קײן רחמנות נישט;
זײער קֹול ברומט װי דער ים,
און אױף פֿערד רײַטן זײ;
אױסגעשטעלט װי אײן מאַן אױף מלחמה,
אַקעגן דיר, טאָכטער בָבֿל.
43 דער מלך פֿון בָבֿל האָט געהערט זײער הערונג,
און זײַנע הענט זײַנען שלאַף געװאָרן,
אַן אַנגסט האָט אים אָנגענומען,
אַ װײטיק װי אַ געװינערין.
44 זע, װי אַ לײב פֿון דעם געװעלד פֿון יַרדן, װעט ער אַרױפֿגײן אױף דער שטאַרקן פֿיטערונג; װאָרעם אין אַ רגע װעל איך װײ אָניאָגן אױף איר, און װער דער אױסדערװײלטער, דעם װעל איך אױפֿזעצן איבער איר. װאָרעם װער איז מײַן גלײַכן? און װער קען מיך אַרױסרופֿן? און װער איז דער פּאַסטוך װאָס קען באַשטײן פֿאַר מיר? 45 דערום הערט דעם באַראָט פֿון ה׳, װאָס ער האָט באַראָטן אױף בָבֿל, און זײַנע טראַכטונגען װאָס ער טראַכט אױפֿן לאַנד פֿון די כַּשׂדים: אױב די מינדסטע פֿון די שאָף װעלן זײ נישט אַװעקשלעפּן! אױב ער עט נישט פֿאַרװיסטן די פֿיטערונג איבער זײ! 46 פֿון דעם קלאַנג בָבֿל איז אײַנגענומען! װערט אױפֿגעציטערט די ערד, און אַ געשרײ צװישן די פֿעלקער װערט געהערט.