Publicidade

Jeremias 45

1 דאָס װאָרט װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט גערעדט צו ברוך דעם זון פֿון נֵרִיָהן, װען ער האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע װערטער אױף אַ בוך פֿון יִרמיָהוס מױל, אין פֿירטן יאָר פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: 2 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל װעגן דיר, ברוך: 3 האָסט געזאָגט: אָ װײ איז מיר! װאָרעם ה׳ האָט געמערט קומער אױף מײַן װײטיק; איך בין מיד פֿון מײַן זיפֿצן, און געפֿין נישט קײן רו.

4 אַזױ זאָלסט זאָגן צו אים: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, װאָס איך האָב געבױט צעשטער איך, און װאָס איך האָב געפֿלאַנצט רײַס איך אױס; און אַזױ איז דאָס אין גאַנצן לאַנד. 5 און דו פֿאַרלאַנגט דיר גרױסע זאַכן? זאָלסט נישט פֿאַרלאַנגען. װאָרעם זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף אַלע לײַבער, זאָגט ה׳; אָבער דיר װעל איך געבן דײַן נפֿש צום געװינס, אין אַלע ערטער װאָס דו װעסט גײן אַהין.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-