Publicidade

Jeremias 22

1 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: נידער אַראָפּ צום הױז פֿון דעם מלך פֿון יהוּדה, און זאָלסט רעדן דאָרטן דאָס דאָזיקע װאָרט, 2 און זאָגן: הער דאָס װאָרט פֿון ה׳, דו מלך פֿון יהוּדה װאָס זיצסט אױפֿן טראָן פֿון דָוִד, דו, און דײַנע קנעכט, און דײַן פֿאָלק, װאָס קומען אין די דאָזיקע טױערן. 3 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: טוט רעכט און גערעכטיקײט, און זײַט מציל דעם באַגזלטן פֿון דעם דריקערס האַנט; און אַ פֿרעמדן, אַ יתום, און אַן אַלמנה, זאָלט איר נישט קריװדען, נישט באַרױבן, און אומשולדיק בלוט זאָלט איר נישט פֿאַרגיסן אין דעם דאָזיקן אָרט. 4 װאָרעם אױב טאָן װעט איר טאָן די דאָזיקע זאַך, װעלן קומען אין די טױערן פֿון דעם דאָזיקן הױז מלכים װאָס זיצן אױפֿן טראָן פֿון דָוִד, װאָס רײַטן אױף רײַטװעגן און אױף פֿערד, ער, און זײַנע קנעכט, און זײַן פֿאָלק. 5 אױב אָבער איר עט נישט צוהערן די דאָזיקע װערטער, שװער איך בײַ מיר, זאָגט ה׳, אַז צו װיסט װעט װערן דאָס דאָזיקע הױז. 6 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף דעם הױז פֿון דעם מלך פֿון יהוּדה:

גִלעָד ביסטו מיר געװען,

דער שפּיץ פֿון לבֿנוֹן;

אױב איך װעל דיך נישט מאַכן פֿאַר אַ מדבר,

פֿאַר שטעט נישט באַװױנטע!

7 און איך װעל אָנברײטן אױף דיר צעשטערער,

איטלעכן מיט זײַן געצײַג,

און זײ װעלן אָפּהאַקן דײַנע געקליבענע צעדערן,

און אַרײַנװאַרפֿן אין פֿײַער.

8 און פֿיל פֿעלקער װעלן פֿאַרבײַגײן פֿאַרבײַ דער דאָזיקער שטאָט, און זײ װעלן זאָגן אײנער צום אַנדערן: פֿאַר װאָס האָט ה׳ אַזױ געטאָן צו דער דאָזיקער גרױסער שטאָט? 9 און מע װעט זאָגן: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן דעם ברית פֿון ה׳ זײער ג-ט, און האָבן זיך געבוקט צו פֿרעמדע ג‑טער, און זײ געדינט.

10 איר זאָל נישט װײנען אױפֿן טױטן,

און איר באַדױערן אױף אים;

װײנען װײנט אױף דעם װאָס גײט אַװעק,

װאָרעם ער װעט זיך מער נישט אומקערן

און זען דאָס לאַנד פֿון זײַן געבורט.

11 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף שַלום דעם זון פֿון יֹאשִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, װאָס האָט געקיניגט אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער יֹאשִיָהון, און װאָס איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דעם דאָזיקן אָרט: ער װעט זיך מער נישט אומקערן אַהין. 12 נײַערט אין דעם אָרט װוּהין מע האָט אים פֿאַרטריבן, דאָרטן װעט ער שטאַרבן, און דאָס דאָזיקע לאַנד װעט ער מער נישט אָנזען.

13 װײ, דער װאָס בױט זײַן הױז מיט אומערלעכקײט,

און זײַנע אײבערשטובן מיט אומרעכט;

װאָס אַרבעט מיט זײַן חבֿר אומזיסט,

און גיט אים נישט זײַן לױן;

14 װאָס זאָגט: איך װעל מיר אױפֿבױען אַ גרױס הױז,

און אײבערשטובן געראַמע;

און ער שנײַדט זיך אױס פֿענצטער;

און ער באַדעקט עס מיט צעדער,

און באַשמירט עס מיט פֿאַרב!

15 װילסטו קיניגן, װײַל דו מאַכסט זיך גרױס מיט צעדערהאָלץ?

דײַן פֿאָטער, פֿאַר װאָר, האָט געגעסן און געטרונקען,

אָבער ער האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט,

דערום איז אים גוט געװען.

16 ער האָט געמשפּט דעם משפּט פֿון אָרעמאַן און אבֿיון,

דערום איז געװען גוט.

פֿאַר װאָר, דאָס איז דערקענען מיך,

זאָגט ה׳.

17 אָבער דײַנע אױגן און דײַן האַרץ זײַנען נישט מער

װי נאָר אױף דײַן געװין,

און אױף אומשולדיק בלוט צו פֿאַרגיסן,

און אױף רױב און אױף דריקונג צו באַגײן.

18 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט אױף יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון דעם מלך פֿון יהוּדה:

מע װעט נישט קלאָגן אױף אים:

װײ מײַן ברודער! און: װײ שװעסטער!

מע װעט נישט קלאָגן אױף אים:

װײ האַר! און: װײ זײַן גלאַנץ!

19 די באַגרעבעניש פֿון אַן אײזל װעט ער באַגראָבן װערן,

געשלעפּט און אַװעקגעװאָרפֿן, אַװעק פֿון די טױערן פֿון ירושָלַיִם.

20 גײ אַרױף צום לבֿנוֹן און שרײַ,

און אין בָשָן לאָז אַרױס דײַן קֹול,

און שרײַ פֿון עַבֿרים,

װאָרעם צעבראָכן זײַנען אַלע דײַנע ליבהאָבער.

21 איך האָב גערעדט צו דיר אין דײַן שלװה,

האָסטו געזאָגט: איך װעל נישט הערן;

דאָס איז דײַן װעג פֿון דײַן יוגנט אָן,

אַז דו הערסט נישט צו מײַן קֹול.

22 דער װינט װעט פּאַסטוכען אַלע דײַנע פּאַסטוכער,

און דײַנע ליבהאָבער װעלן אין געפֿאַנגענשאַפֿט גײן;

ערשט דענצמאָל װעסטו זיך שעמען און צו שאַנד װערן

פֿון װעגן אַל דײַן שלעכטיקײט.

23 װאָס זיצסט אין לבֿנוֹן,

און נעסטעסט אין די צעדערן,

װי װעסטו קרעכצן װען עס װעלן דיר קומען װײען,

שמערצן װי אַ געװינערין!

24 אַזױ װי איך לעב, זאָגט ה׳, װען כָּניָהו דער זון פֿון יהוֹיָקימען, דער מלך פֿון יהוּדה, זאָל זײַן דער זיגלרינג אױף מײַן רעכטער האַנט, װעל איך דיך פֿון דאָרטן אַראָפּרײַסן! 25 און איך װעל דיך געבן אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן דײַן לעבן, און אין דער האַנט פֿון די װאָס דו שרעקסט זיך פֿאַר זײ, און אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, און אין ער האַנט פֿון די כַּשׂדים. 26 און איך װעל פֿאַרװאַרפֿן דיך, און דײַן מוטער װאָס האָט דיך געבאָרן, אין אַן אַנדער לאַנד, װאָס איר זײַט דאָרטן נישט געבאָרן געװאָרן; און דאָרטן װעט איר שטאַרבן. 27 און אין דעם לאַנד װאָס זײער האַרץ ציט זײ זיך אומצוקערן אַהין, אַהין װעלן זײ זיך נישט אומקערן.

28 איז אַ פֿאַראַכט געפֿעס אַ צעבראָכן

דער דאָזיקער מאַן כָּניָהו?

איז ער אַ כּלי אַ נישטװערטיקע?

פֿאַר װאָס זײַנען זײ פֿאַרװאָרפֿן געװאָרן, ער און זײַן זאָמען,

און פֿאַרשלײַדערט אין דעם לאַנד װאָס זײ קענען נישט?

29 אױ לאַנד, לאַנד, לאַנד,

הער דאָס װאָרט פֿון ה׳!

30 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

פֿאַרשרײַבט דעם דאָזיקן מענטשן אָן קינדער,

אַ מאַן װאָס באַגליקט נישט אין זײַנע טעג,

װאָרעם קײנער פֿון זײַן זאָמען װעט נישט באַגליקן,

צו זיצן אױפֿן טראָן פֿון דָוִד,

און װײַטער געװעלטיקן אױף יהוּדה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-