Publicidade

Eclesiastes 6

1 פֿאַראַן אַן אומגליק װאָס איך האָב געזען אונטער דער זון, און עס איז זײער אָפֿט בײַם מענטשן: 2 אַ מענטש װאָס אלֹקים שענקט אים עשירות און גיטער און כּבֿוד, און אים גײט נישט אָפּ פֿאַר זיך קײן זאַך פֿון אַלץ װאָס ער געלוסט, אָבער אלֹקים האָט אים נישט געגעבן קײן שליטה צו עסן דערפֿון, נאָר אַ פֿרעמדער מענטש עסט עס. דאָס איז נישטיקײט, און אַ פֿאַרדראָסיקער װײטאָג. 3 אַז אַ מענטש זאָל האָבן הונדערט קינדער, און לעבן אַ סך יאָרן, איז, װיפֿל די טעג פֿון זײַנע יאָרן זאָלן זײַן, אױב זײַן זעל זעטיקט זיך נישט פֿון דעם גוטס, און צו מאָל קײן קבֿורה האָט ער נישט, זאָג איך: בעסער פֿון אים איז דעם מפּיל-קינד. 4 װאָרעם אין נישטיקײט קומט עס, און אין פֿינצטערניש פֿאַרגײט עס, און אין פֿינצטערניש װערט צוגעדעקט זײַן נאָמען. 5 עס האָט צו מאָל די זון נישט געזען און נישט געקענט; עס האָט מער נַחַת װי יענער. 6 און װען ער זאָל לעבן צװײ מאָל טױזנט יאָר, און נישט אָנזען קײן גוטס, גײען דען נישט אַלע אין אײן אָרט?

7 די גאַנצע מי פֿון מענטשן איז פֿאַר זײַן מױל, און פֿון דעסט װעגן װערט די זעל נישט אָנגעפֿילט. 8 װאָרעם װאָס איז די מעלה פֿון דעם חכם איבער דעם נאַרן? װאָס, פֿון דעם אָרעמאַן װאָס פֿאַרשטײט? – װי אומצוגײן מיטן לעבן. 9 בעסער זעונג פֿון די אױגן, אײדער װאַנדערניש פֿון דער זעל. דאָס אױך איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש.

10 װאָס געשעט איז לאַנג צוריק אָנגערופֿן געװאָרן מיטן נאָמען, און עס איז באַװוּסט פֿאַרױס װאָס דער מענטש איז; און ער קען זיך נישט האַמפּערן מיט דעם װאָס איז שטאַרקער פֿון אים. 11 אױב פֿיל װערטער מערן אָפֿט נישטיקײט, װאָס איז די מעלה מיטן מענטשן? 12 װאָרעם װער װײס װאָס איז בעסער פֿאַרן מענטשן אין לעבן, אין די געצײלטע טעג פֿון זײַן נישטיקן לעבן װאָס ער מאַכט דורך װי אַ שאָטן? װײַל װער קען זאָגן דעם מענטשן, װאָס װעט זײַן נאָך אים אונטער דער זון?

Veja também

Publicidade
Eclesiastes
Ver todos os capítulos de Eclesiastes
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-