1 װער איז װי דער חכם?
און װער װײס דעם באַשײד פֿון אַ זאַך?
אַ מענטשנס חכמה באַלײַכט זײַן פּנים,
און די פֿאַרשײַטקײט פֿון זײַן פּנים װערט פֿאַרביטן.
2 איך זאָג: היט דעם מלכס באַפֿעל פֿון װעגן דער שבֿועה צו אלֹקים. 3 זאָלסט נישט אַװעקגײן איבעראײַלט פֿון זײַן פּנים; זאָלסט נישט צושטײן צו אַ שלעכטער זאַך, װאָרעם אַלץ װאָס ער װיל, טוט ער. 4 מחמת דאָס װאָרט פֿון דעם מלך איז געװעלטיקונג; און װער קען אים זאָגן: װאָס טוסטו? 5 דער װאָס װיל נישט װיסן פֿון קײן בײז געשעעניש, היט דאָס געבאָט, און דעם קלוגנס האַרץ װײס אַז פֿאַראַן אַ צײַט און אַ משפּט. 6 װאָרעם פֿאַר יעטװעדער זאַך איז דאָ אַ צײַט און אַ משפּט, װײַל דאָס בײז פֿון דעם מענטשן איז גרױס אױף אים. 7 װאָרעם ער װײס נישט װאָס װעט געשען; װאָרעם װען עס דאַרף געשען, װער װעט עס אים זאָגן? 8 קײן מענטש געװעלטיקט נישט איבערן װינט, צו קענען אײַנהאַלטן דעם װינט, און נישטאָ קײן געװעלטיקונג אין טאָג פֿון טױט, און נישטאָ קײן אורלױב אין מלחמה, און דאָס בײז װעט נישט ראַטעװען זײַן טוער. 9 דאָס אַלץ האָב איך געזען, און האָב מיר אַרײַנגענומען אין האַרצן װעגן יעטװעדער טוּונג װאָס װערט געטאָן אונטער דער זון, בעת אײן מענטש געװעלטיקט איבערן אַנדערן אים שלעכטס צו טאָן.
10 און אַזױ האָב איך געזען אַז רשעים זײַנען באַגראָבן געװאָרן, און זײַנען געקומען צו זײער רו, און די װאָס האָבן געטאָן רעכט זײַנען אַװעק פֿון דעם הײליקן אָרט, און זײַנען פֿאַרגעסן געװאָרן אין שטאָט. דאָס אױך איז נישטיקײט. 11 װײַל דער פּסק פֿאַר די שלעכטע מעשׂים װערט נישט געטאָן אױף גיך, דערום דערװעגט זיך דאָס האַרץ פֿון די מענטשנקינדער אין זײ צו טאָן שלעכטס; 12 װאָרעם אַ זינדיקער טוט הונדערט מאָל שלעכטס, און מע פֿאַרלענגערט אים. אָבער איך װײס פֿאָרט אַז די װאָס האָבן מורא פֿאַר אלֹקים װעט זײַן גוט, װײַל זײ האָבן מורא פֿאַר אים; 13 און דעם רשע װעט זײַן נישט גוט, און אַזױ װי אַ שאָטן װעט ער נישט מאריך ימים זײַן, װײַל ער האָט נישט מורא פֿאַר אלֹקים.
14 פֿאַראַן אַ נישטיקײט װאָס געשעט אױף דער ערד: װאָס עס זײַנען פֿאַראַן צדיקים װאָס זײ גײט װעדליק די מעשׂים פֿון די רשעים, און פֿאַראַן רשעים װאָס זײ גײט װעדליק די מעשׂים פֿון די צדיקים. האָב איך געזאָגט: דאָס אױך איז נישטיקײט. 15 און איך האָב געלױבט די פֿרײד, װאָרעם נישטאָ בעסערס פֿאַרן מענטשן אונטער דער זון, װי צו עסן און טרינקען און זײַן פֿרײלעך, און אַז דאָס זאָל אים באַלײטן אין זײַן מי, דורך די טעג פֿון זײַן לעבן װאָס אלֹקים האָט אים געשאָנקען אונטער דער זון.
16 אַזױ װי איך האָב אָפּגעגעבן מײַן האַרץ צו קענען חכמה, און צו זען די טועניש װאָס װערט געטאָן אױף דער ערד – װאָרעם סײַ בײַ טאָג סײַ בײַ נאַכט זעט דער מענטש נישט אָן קײן שלאָף אין זײַנע אױגן – 17 האָב איך געזען אין אַלע מעשׂים פֿון אלֹקים, אַז דער מענטש קען נישט אױסגעפֿינען די מעשׂים װאָס װערן געטאָן אונטער דער זון; װאָרעם װי דער מענטש זאָל זיך מיִען צו זוכן, װעט ער עס נישט געפֿינען; און אַפֿילו אַז דער חכם זאָגט, ער װײס עס, קען ער עס נישט אױסגעפֿינען.