Publicidade

Eclesiastes 12

1 און געדענק דײַן באַשעפֿער אין דײַנע בָחורשע טעג, אײדער עס װעלן קומען די שלעכטע טעג, און אָנקומען װעלן די יאָרן, װאָס דו װעסט זאָגן: איך האָב נישט קײן הנאה פֿון זײ; 2 אײדער עס װעט פֿינצטער װערן די זון און דאָס ליכט, און די לבֿנה און די שטערן; און די װאָלקנס װעלן װידער קערן נאָכן רעגן; 3 אין דעם טאָג װאָס די הױזװעכטער װעלן זיך טרײסלען, און די חילס-לײַט װעלן זיך אױסקרימען, און די מאָלערינס װעלן נישט אַרבעטן, װײַל זײ זײַנען װינציק, און די קוקערינס װעלן טונקל זײַן אין די פֿענצטער, 4 און די טירן צום גאַס װעלן פֿאַרשלאָסן װערן; װען נידעריק װעט זײַן דאָס רױשן פֿון דער מיל, און מע װעט זיך אָפּשטעלן בײַם פּיפּס פֿון אַ פֿױגל, און פֿאַרשטיקט װעלן זײַן אַלע טעכטער פֿון געזאַנג; 5 אױך װעט מען מורא האָבן פֿאַר אַ הױכן אָרט, און שרעקענישן װעלן זײַן אױפֿן װעג; און דער מאַנדלבױם װעט בליִען, און דער הײשעריק װעט זיך שלעפּן, און די קאַפּערפֿרוכט װעט אױפֿהערן, װײַל דער מענטש גײט צו זײַן אײביקער הײם, און די באַקלאָגער װעלן זיך אומדרײען אין גאַס; 6 אײדער די זילבערנע שנור װעט צעריסן װערן, און דער גילדערנער בעקן װעט צעהאַקט װערן, און דער קרוג װעט צעבראָכן װערן בײַם קװאַל, און דער ראָד פֿאַלט אַ צעהאַקטער אין ברונעם; 7 און דער שטױב װעט זיך אומקערן צו דער ערד, װי געװען, און דער גײַסט װעט זיך אומקערן צו אלֹקים װאָס האָט אים געגעבן. 8 נישטיקײט פֿון נישטיקײט, זאָגט קהלת, אַלץ איז נישטיקײט.

9 און אַחוץ װאָס קהלת איז געװען אַ חכם, האָט ער נאָך געלערנט דאָס פֿאָלק קענשאַפֿט; און ער האָט געװױגן און געפֿאָרשט, און צונױפֿגעשטעלט שפּריכװערטער אַ סך. 10 קהלת האָט געזוכט צו געפֿינען נוצלעכע זאַכן, און װאָס איז געשריבן אױפֿריכטיק – אמתדיקע װערטער.

11 די װערטער פֿון די חכמים זײַנען אַזױ װי טרײַבשפּיצן, און װי נעגל אַרײַנגעשלאָגענע זײַנען די צונױפֿגעזאַמלטע רײד; זײ זײַנען געגעבן געװאָרן פֿון אײן פּאַסטוך. 12 און װײַטער, מײַן זון, זײַ געװאָרנט: צו מאַכן פֿיל ספֿרים איז נישטאָ קײן ענד, אָבער זיך גריבלען צו פֿיל מאַטערט אָפּ דעם לײַב.

13 דער סוף פֿון דער זאַך, נאָך דעם װי אַלץ איז געהערט געװאָרן, איז: האָב מורא פֿאַר אלֹקים, און היט זײַנע געבאָט, װאָרעם דאָס איז דער גאַנצער מענטש. 14 װײַל דעם גאַנצן באַשאַף װעט אלֹקים ברענגען פֿאַר אַ משפּט איבער אַלעם פֿאַרהױלענעם, סײַ גוט און סײַ שלעכט.

Veja também

Publicidade
Eclesiastes
Ver todos os capítulos de Eclesiastes
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-