1 און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל, און יוֹחָנָן דער זון פֿון קָרֵחַן, און ּיזַניָה דער זון פֿון הוֹשַעיָהן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון קלײן ביז גרױס, האָבן גענענט, 2 און האָבן געזאָגט צו יִרמיָהו הנבֿיא: זאָל, איך בעט דיך, פֿאַלן אונדזער געבעט פֿאַר דיר, און זײ מתפּלל צו ה׳ דײַן ג-ט פֿאַר אונדז, פֿאַר דעם דאָזיקן גאַנצן איבערבלײַב, װאָרעם מיר זײַנען פֿון פֿיל געבליבן װינציק, אַזױ װי דײַנע אױגן זעען אונדז. 3 און זאָל ה׳ דײַן אלֹקים אונדז זאָגן דעם װעג װאָס מיר זאָלן אױף אים גײן, און די זאַך װאָס מיר זאָלן טאָן. 4 האָט יִרמיָהו הנבֿיא צו זײ געזאָגט: איך האָב געהערט; אָט בין איך מתפּלל צו ה׳ אלוקיכם, אַזױ װי אײַערע װערטער; און עס װעט זײַן, איטלעך װאָרט װאָס ה׳ װעט אײַך ענטפֿערן, װעל איך אײַך דערצײלן; איך װעל נישט פֿאַרמײַדן פֿון אײַך אַ װאָרט. 5 האָבן זײ געזאָגט צו יִרמיָהון: זאָל ה׳ זײַן אַן אמתער און באַגלױבטער עדות אַקעגן אונדז, אױב נישט אַזױ װי איטלעך װאָרט מיט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך שיקן צו אונדז, אַזױ װעלן מיר טאָן. 6 סײַ גוט און סײַ שלעכט װעלן מיר צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקינו, װאָס מיר שיקן דיך צו אים; כּדי אונדז זאָל גוט זײַן, אַז מיר װעלן צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקינו.
7 און עס איז געװען צום סוף פֿון צען טעג, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו יִרמיָהון. 8 און ער האָט גערופֿן יוֹחָנָן דעם זון פֿון קָרֵחַן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל װאָס מיט אים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק אופֿן קלײן ביז גרױס. 9 און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס איר האָט מיך צו אים געשיקט, צו מאַכן פֿאַלן אײַער געבעט פֿאַר אים: 10 אױב בלײַבן װעט איר בלײַבן אין דעם דאָזיקן לאַנד װעל איך אײַך אױפֿבױען און נישט צעשטערן, און װעל אײַך אײַנפֿלאַנצן און נישט אױסרײַסן, װאָרעם איך האָב חרטה אױף דעם בײז װאָס איך האָב אײַך געטאָן. 11 איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַר דעם מלך פֿון בָבֿל, װאָס איר האָט מורא פֿאַר אים; איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַר אים, זאָגט ה׳, װאָרעם איך בין מיט אײַך, אײַך צו העלפֿן, און אײַך מציל צו זײַן פֿון זײַן האַנט. 12 און איך װעל אײַך געבן דערבאַרעמונג, און ער װעט אײַך דערבאַרעמען, און װעט אײַך אומקערן אױף אײַער ערד. 13 אױב אָבער איר זאָגט: מיאָר װעלן נישט בלײַבן אין דעם דאָזיקן לאַנד – נישט צוצוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקיכם, 14 אַזױ צו זאָגן: נײן, נײַערט קײן לאַנד מִצרַיִם װעלן מיר גײן, װוּ מיר װעלן נישט זען קײן מלחמה, און נישט הערן דעם קֹול פֿון אַ שופֿר, און מיר װעלן נישט הונגערן נאָך ברױט; און דאָרטן װעלן מיר װױנען – 15 טאָ אַצונד הערט דערום דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר איבערבלײַב פֿון יהוּדה: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: אױב קערן װעט איר קערן אײַער פּנים צו קומען קײן מִצרַיִם, און איר װעט קומען װױנען דאָרטן, 16 איז, די שװערד װאָס איר האָט מורא פֿאַר איר, װעט אײַך דאָרטן דערגרײכן אין לאַנד מִצרַיִם, און דער הונגער פֿאַר װעלכן איר זענט באַזאָרגט, װעט אײַך אָניאָגן דאָרטן אין מִצרַיִם, און דאָרטן װעט איר שטאַרבן. 17 און געשען װעט מיט אַלע מענטשן װאָס האָבן געקערט זײער פּנים צו קומען קײן מִצרַיִם, צו װױנען דאָרטן, אַז זײ װעלן שטאַרבן דורך דער שװערד, דורך הונגער, און דורך דער פּעסט, און פֿון זײ װעט נישט זײַן אַ געבליבענער אָדער אַנטרונענער, פֿון װעגן דעם בײז װאָס איך ברענג אױף זײ.
18 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: אַזױ װי מײַן כּעס און מײַן גרימצאָרן איז אױסגעגאָסן געװאָרן אױף די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, אַזױ װעט אױסגעגאָסן װערן מײַן גרימצאָרן אױף אײַך, װען איר קומט קײן מִצרַיִם, און איר װעט זײַן פֿאַר אַ פֿלוך, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ קללה, און פֿאַר אַ שאַנד; און איר װעט מער נישט אָנזען דעם דאָזיקן אָרט. 19 ה׳ האָט אָנגעזאָגט װעגן אײַך, איר איבערבלײַב פֿון יהוּדה: איר זאָלט נישט גײן קײן מִצרַיִם; װיסן זאָלט איר װיסן זײַן אַז איך האָב אײַך הײַנט געװאָרנט. 20 װאָרעם איר האָט אַן אָפּנאַר באַגאַנגען אַקעגן אײַער זעל, װען איר האָט מיך געשיקט צו ה׳ אלוקיכם, אַזױ צו זאָגן: זײַ מתפּלל פֿאַר אונדז צו ה׳ אלוקינו, און אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ אלוקינו װעט הײסן, אַזױ זאָג אונדז, און מיר װעלן טאָן. 21 און איך האָב אײַך הײַנט געזאָגט, אָבער איר הערט נישט צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקיכם, און צו אַלץ מיט װאָס ער האָט מיך געשיקט צו אײַך. 22 און אַצונד װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז פֿון שװערד, פֿון הונגער, און פֿון פּעסט װעט איר שטאַרבן אין דעם אָרט װאָס איר װילט קומען װױנען דאָרטן.