1 אײן און צװאַנציק יאָר איז צִדקִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם; און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חַמוטַל די טאָכטער פֿון יִרמיָהון פֿון לִבֿנָה. 2 און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס יהוֹיָקים האָט געטאָן. 3 װאָרעם פֿון װעגן דעם צאָרן פֿון ה׳ איז דאָס געשען אין ירושָלַיִם און יהוּדה, ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים.
און צִדקִיָהו האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון בָבֿל. 4 און עס איז געװען אין נײַנטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, אין צענטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, איז געקומען נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל, ער מיט זײַן גאַנצן חיל, אױף ירושָלַיִם, און זײ האָבן געלעגערט אױף איר, און געבױט אַ באַלעגערומױער רונד אַרום איר. 5 און די שטאָט איז געװען אין באַלעגערונג ביזן עלפֿטן יאָר פֿון מלך צִדקִיָהון. 6 אין פֿירטן חודש, אין נײַנטן טאָג פֿון חודש, האָט זיך געשטאַרקט דער הונגער אין שטאָט, און עס איז נישט געװען קײן ברױט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד. 7 איז אײַנגעבראָכן געװאָרן די שטאָט; און אַלע מלחמה-לײַט זײַנען אַנטלאָפֿן, און זײַנען אַרױס פֿון שטאָט בײַ נאַכט דורך דעם טױער צװישן די צװײ מױערן װאָס בײַם מלכס גאָרטן – און די כַּשׂדים זײַנען געװען בײַן שטאָט רונד אַרום – און זײ זײַנען אַװעק מיטן װעג פֿון פּלױן. 8 האָט דער חיל פֿון די כַּשׂדים נאָכגעיאָגט דעם מלך, און זײ האָבן אָנגעיאָגט צִדקִיָהון אין די פּלױנען פֿון יריחוֹ; און זײַן גאַנצער חיל איז זיך צעלאָפֿן פֿון אים. 9 און זײ האָבן געכאַפּט דעם מלך, און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט צו דעם מלך פֿון בָבֿל קײן רִבֿלָה אין לאַנד חַמָת; און ער האָט אַרױסגעזאָגט אױף אים אַ משפּט. 10 און דער מלך פֿון בָבֿל האָט געשאָכטן די זין פֿון צִדקִיָהו פֿאַר זײַנע אױגן; און אױך אַלע האַרן פֿון יהוּדה האָט ער געשאָכטן אין רִבֿלָה. 11 און צִדקִיָהוס אױגן האָט ער בלינד געמאַכט, און האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן; און דער מלך פֿון בָבֿל האָט אים געבראַכט קײן בָבֿל, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַכהױז ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט.
12 און אין פֿינפֿטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש – דאָס איז דאָס נײַנצנטע יאָר פֿון מלך נבֿוכַדרֶאצַר, דעם מלך פֿון בָבֿל – איז געקומען נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל, װאָס איז געשטאַנען פֿאַר דעם מלך פֿון בָבֿל אין ירושָלַיִם. 13 און ער האָט פֿאַרברענט דאָס הױז פֿון ה׳, און דעם מלכס הױז; און אַלע הײַזער פֿון ירושָלַיִם, װוּ נאָר אַ הױז פֿון אַ גרױסן מאַן, האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער. 14 און אַלע מױערן פֿון ירושָלַיִם רונד אַרום האָט דער גאַנצער חיל פֿון די כַּשׂדים װאָס מיט דעם הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל אײַנגעװאָרפֿן. 15 און פֿון די אָרימע פֿון פֿאָלק און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן אין שטאָט, און די צוגעפֿאַלענע װאָס זײַנען צוגעפֿאַלן צו דעם מלך פֿון בָבֿל, און דעם רעשט פֿון די מײַנסטער, האָט נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל פֿאַרטריבן. 16 אָבער פֿון די אָרימע פֿון לאַנד האָט נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל איבערגעלאָזט פֿאַר װײַנגערטנירער און פֿאַר אַקערלײַט.
17 און די קופּערנע זײַלן װאָס אין הױז פֿון ה׳, און די געשטעלן, און דעם קופּערנעם ים װאָס אין הױז פֿון ה׳, האָבן די כַּשׂדים צעבראָכן, און האָבן אַװעקגעטראָגן זײער גאַנצע קופּער קײן בָבֿל. 18 אױך די טעפּ, און די שופֿלען, און די שנײַצמעסערס, און די שפּרענגבעקנס, און די שאָלן, און אַלע קופּערנע כּלים װאָס מע פֿלעגט דינען מיט זײ, האָבן זײ צוגענומען. און די בעקנס, און די פֿײַערפֿאַנען, און די שפּרענגבעקנס, און די טעפּ, און די מנוֹרות, און די שאָלן, און די שיסלען, װאָס גאָלד, גאָלד, און װאָס זילבער, זילבער, האָט דער הױפּט פֿון לײַב-חיל צוגענומען. 19 און די בעקנס, און די פֿײַערפֿאַנען, און די שפּרענגבעקנס, און די טעפּ, און די מנוֹרות, און די שאָלן, און די שיסלען, װאָס גאָלד, גאָלד, און װאָס זילבער, זילבער, האָט דער הױפּט פֿון לײַב-כֵל צוגענומען. 20 די צװײ זײַלן, דער אײן ים, און די צװעלף קופּערנע רינדער װאָס אונטער די געשטעלן, װאָס שלמה המלך האָט געמאַכט פֿאַרן הױז פֿון ה׳ – דאָס קופּער פֿון אַלע די דאָזיקע כּלים איז נישט געװען אָפּצוּװעגן. 21 און די זײַלן: אַכצן אײלן איז געװען די הײך פֿון אײן זײַל, און אַ פֿאָדעם פֿון צװעלף אײַלן האָט אים אַרומגערינגלט, און זײַן גרעב איז געװען פֿיר פֿינגער; הױל אינעװײניק. 22 און אַ קרױן איז געװען אױף אים פֿון קופּער; און די הײך פֿון אײן זײַל איז געװען פֿינף אײַלן, מיט אַ נעצװערק און מילגרױמען אױף דער קרױן רונד אַרום, אַלצדינג פֿון קופּער; און אַזױ װי די דאָזיקע אױפֿן צװײטן זײַל, מיט מילגרױמען. 23 און די מילגרױמען זײַנען געװען זעקס און נײַנציק צו דערױסן צו; אַלע מילגרױמען אױפֿן נעצװערק רונד אַרום זײַנען געװען הונדערט.
24 און דער הױפּט פֿון דעם לײַב-כֵל האָט גענומען שׂרָיָה דעם אײבער-כּהן, און צפַֿניָה דעם צװײטן כּהן, און די דרײַ שװעלהיטער; 25 און פֿון דער שטאָט האָט ער גענומען אײן הױפֿדינער װאָס איז געװען דער אױפֿזעער איבער די מלחמה-לײַט, און זיבן מענער פֿון די װאָס פֿלעגן זען דעם מלכס פּנים, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט, און דעם שרײַבער פֿון דעם כֵל-לידער, װאָס פֿלעגט אױפֿנעמען אין חיל דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד, און זעכציק מאַן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט. 26 און נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט זײ גענומען, און האָט זײ אַװעקגעפֿירט צום מלך פֿון בָבֿל קײן רִבֿלָה. 27 און דער מלך פֿון בָבֿל האָט זײ געשלאָגן און זײ געטײט אין רִבֿלָה אין לאַנד חַמָת. אַזױ איז יהוּדה אין גלות אַװעק פֿון זײַן לאַנד.
28 דאָס איז דאָס פֿאָלק װאָס נבֿוכַדרֶאצַר האָט פֿאַרטריבן: אין זיבעטן יאָר, יהודים דרײַ טױזנט און דרײַ און צװאַנציק; 29 אין אַכצענטן יאָר פֿון נבֿוכַדרֶאצַרן, פֿון ירושָלַיִם אַכט הונדערט און צװײ און דרײַסיק נפֿשות; 30 אין דרײַ און צװאַנציקסטן יאָר פֿון נבֿוכַדרֶאצַרן האָט נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל פֿאַרטריבן יהודים זיבן הונדערט און פֿינף און פֿערציק נפֿשות; אַלע נפֿשות, פֿיר טױזנט און זעקס הונדערט.
31 און עס איז געװען אין זיבן און דרײַסיקסטן יאָר פֿון דעם גלות פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהוּדה, אין צװעלפֿטן חודש, אין פֿינף און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, האָט אֶוִיל-מרודַך דער מלך פֿון בָבֿל, אין דעם יאָר װאָס ער איז געװאָרן מלך, אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהוּדה, און האָט אים אַרױסגעצױגן פֿון תּפֿיסה. 32 און ער האָט גערעדט צו אים פֿרײַנטלעך, און האָט געשטעלט זײַן שטול איבער די שטולן פֿון די מלכים װאָס בײַ אים אין בָבֿל. 33 און ער האָט אומגעביטן זײַנע תּפֿיסה-קלײדער; און ער האָט געגעסן בײַ אים ברױט תּמיד, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן. 34 און זײַן אױסקומעניש, אַ שטענדיקע אױסקומעניש, איז אים געגעבן געװאָרן פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל טאָגטעגלעך ביז צום טאָג פֿון זײַן טױט, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.