1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, בעת נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל, און זײַן גאַנצער חיל, און אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד אונטער דער ממשלה פֿון זײַן האַנט, און אַלע פֿעלקער, האָבן מלחמה געהאַלטן אױף ירושָלַיִם און אױף אַלע אירע שטעט; אַזױ צו זאָגן: 2 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: גײ, און זאָלסט רעדן צו צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, און זאָגן צו אים: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך גיב די דאָזיקע שטאָט אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זי פֿאַרברענען אין פֿײַער. 3 און דו װעסט נישט אַנטרונען װערן פֿון זײַן האַנט, נאָר כאַפּן װעסטו געכאַפּט װערן, און אין זײַן האַנט װעסטו איבערגעגעבן װערן, און אױג אין אױג װעסטו זען דעם מלך פֿון בָבֿל, און מױל צו מױל װעט ער מיט דיר רעדן, און קײן בָבֿל װעסטו קומען. 4 אָבער הער דאָס װאָרט פֿון ה׳, צִדקִיָהו מלך פֿון יהוּדה: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף דיר: װעסט נישט שטאַרבן דורכן שװערד. 5 בשלום װעסטו שטאַרבן, און לױט די פֿאַרברענונגען פֿון דײַנע עלטערן, די ערשטע מלכים װאָס זײַנען געװען פֿאַר דיר, אַזױ װעט מען פֿאַרברענען נאָך דיר; און װײ האַר! װעט מען קלאָגן אױף דיר, װאָרעם איך האָב אַ װאָרט גערעדט, זאָגט ה׳.
6 און יִרמיָהו הנבֿיא האָט גערעדט צו צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה אַלע די דאָזיקע װערטער אין ירושָלַיִם, 7 בעת דער חיל פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל האָט מלחמה געהאַלטן אױף ירושָלַיִם, און אױף אַלע געבליבענע שטעט פֿון יהוּדה, אױף לָכיש, און אױף עַזֵקָה; װאָרעם זײ זײַנען געבליבן צװישן די שטעט פֿון יהוּדה באַפֿעסטיקטע שטעט.
8 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳, נאָכדעם אַז דער מלך צִדקִיָהו האָט געשלאָסן אַ ברית מיטן גאַנצן פֿאָלק אין ירושָלַיִם, אױסצורופֿן בײַ זיך אַ פֿרײַלאָזונג; 9 אַרױסצולאָזן איטלעכער זײַן קנעכט, און איטלעכער זײַן דינסט, דעם יהוּדי און די יהוּדית, פֿרײַ, אַז קײנער זאָל נישט אַרבעטן מיט זײ, מיט זײַן יוּדישען ברודער. 10 האָבן געװעסט צוגעהערט אַלע האַרן און דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס זײַנען אַרײַן אין דעם ברית אַרױסצולאָזן איטלעכער זײַן קנעכט, און איטלעכער זײַן דינסט, פֿרײַ, נישט צו אַרבעטן מיט זײ מער, און זײ האָבן געהאָרכט און האָבן אַרױסגעלאָזט. 11 אָבער דערנאָך האָבן זײ חרטה געקריגן, און האָבן צוריקגענומען די קנעכט און די דינסטן, װאָס זײ האָבן אַרױסגעלאָזט פֿרײַ, און זײ האָבן זײ באַצװוּנגען פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן. 12 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו יִרמיָהון, פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 13 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: איך האָב געשלאָסן אַ ברית מיט אײַערע עלטערן אין דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, אַזױ צו זאָגן: 14 צום סוף פֿון זיבן יאָר זאָלט איר אַר אױסלאָזן איטלעכער זײַן ברודער דעם יהוּדי, װאָס האָט זיך פֿאַרקױפֿט צו דיר, און האָט דיר געדינט זעקס יאָר; זאָלסט אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿון דיר. אָבער אײַערע עלטערן האָבן נישט צוגעהערט צו מיר, און נישט צוגענײַגט זײער אױער. 15 און איר האָט הײַנט תּשובֿה געטאָן, און האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן, אױסצורופֿן אַ פֿרײַלאָזונג איטלעכער צו זײַן חבֿר, און איר האָט געשלאָסן אַ ברית פֿאַר מיר אין דעם הױז װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אים. 16 אָבער איר האָט חרטה געקריגן, און איר האָט פֿאַרשװעכט מײַן נאָמען, און האָט צוריקגענומען איטלעכער זײַן קנעכט, און איטלעכער זײַן דינסט, װאָס איר האָט אַרױסגעלאָזט פֿרײַ פֿאַר זיך; און איר האָט זײ באַצװוּנגען צו זײַן פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן צו אײַך.
17 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: איר האָט נישט צו געהערט צו מיר, אױסצורופֿן אַ פֿרײַלאָזונג איטלעכער צו זײַן ברודער, און איטלעכער צו זײַן חבֿר, אָט רוף איך אײַך אױס אַ פֿרײַלאָזונג זאָגט ה׳, פֿאַר דער שװערד, פֿאַר דער פּעסט, און פֿאַר דעם הונגער, און איך װעל אײַך מאַכן פֿאַר אַ שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד. 18 און איך װעל געבן די מענטשן װאָס האָבן איבערגעטרעטן מײַן ברית, װאָס האָבן נישט מקײם געװען די װערטער פֿון דעם ברית װאָס זײ האָבן געשלאָסן פֿאַר מיר, בײַ דעם קאַלב װאָס זײ האָבן צעשניטן אין צװײען, און זײַנען דורכגעגאַנגען צװישן זײַנע שטיקער – 19 די האַרן פֿון יהוּדה, און די האַרן פֿון ירושָלַיִם, די הױפֿדינער, און די כּהנים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, װאָס זײַנען דורכגעגאַנגען צװישן די שטיקער פֿון דעם קאַלב – 20 איך װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן, און זײערע טױטע לײַבער װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַרן פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד. 21 און צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה און זײַנע האַרן װעל איך געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און אין דער האַנט פֿון די װאָס זוכן זײער לעבן, און אין דער האַנט פֿון דעם חיל פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל װאָס האָט אָפּגעצױגן פֿון אײַך. 22 זע, איך באַפֿעל, זאָגט ה׳, און װעל זײ אומקערן צו דער דאָזיקער שטאָט, און זײ װעלן מלחמה האַלטן אױף איר, און װעלן זי באַצװינגען, און װעלן זי פֿאַרברענען אין פֿײַער, און די שטעט פֿון יהוּדה װעל איך מאַכן אַ װיסטעניש אָן אַ באַװױנער.