Publicidade

Jeremias 27

1 אין אָנהײב פֿון דער מלוכה פֿון יהוֹיָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז געװען דאָס דאָזיקע װאָרט צו יִרמיָהן פֿון ה׳, אַזױ צו זאָגן: 2 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צו מיר: מאַך דיר בינדשטריק און יאָכשטאַנגען, און זאָלסט זײ אָנטאָן אױף דײַן האַלדז. 3 און זאָלסט זײ שיקן צו דעם מלך פֿון אֶדוֹם, און צו דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ, און צו דעם מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און צו דעם מלך פֿון צוֹר, און צו דעם מלך פֿון צידון, דורך דער האַנט פֿון די שלוחים װאָס קומען קײן ירושָלַיִם צו צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה. 4 און זאָלסט זײ באַפֿעלן פֿאַר זײערע האַרן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו אײַערע האַרן: 5 איך האָב געמאַכט די ערד, די מענטשן און די בהמות װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, מיט מײַן גרױס שטאַרקײט, און מיט מײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם; און איך גיב עס צו דעם װאָס איז װױלגעפֿעלן אין מײַנע אױגן. 6 און אַצונד האָב איך געגעבן אַלע די דאָזיקע לענדער אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, מײַן קנעכט, און אױך די חיה פֿון פֿעלד האָב איך אים געגעבן אים צו דינען. 7 און אַלע פֿעלקער װעלן דינען אים, און זײַן זון, און זײַן זונס זון, ביז עס קומט די צײַט אױך פֿון זײַן לאַנד, און פֿיל פֿעלקער און גרױסע מלכים װעלן אים פֿאַרקנעכטן.

8 און עס װעט זײַן, דאָס פֿאָלק און דאָס קיניגרײַך װאָס װעט אים, נבֿוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, נישט דינען, און װאָס װעט נישט אַרײַנטאָן זײַן האַלדז אין דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, װעל איך מיט שװערד און מיט הונגער און מיט פּעסט זיך אָפּרעכענען מיט יענעם פֿאָלק, זאָגט ה׳, ביז איך טו זײ פֿאַרלענדן דורך זײַן האַנט. 9 און איר זאָלט נישט צוהערן צו אײַערע נבֿיאים, און צו אײַערע װאָרזאָגער, און צו אײַערע חלומות, און צו אײַערע צײכנזעער, און צו אײַערע מכשפֿים, װאָס זאָגן אײַך, אַזױ צו זאָגן: איר װעט נישט דינען דעם מלך פֿון בָבֿל. 10 װאָרעם ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות, כּדי אײַך צו דערװײַטערן פֿון אײַער ערד, און כּדי איך זאָל אײַך פֿאַרשטױסן, און איר זאָלט אונטערגײן. 11 אָבער דאָס פֿאָלק װאָס װעט אַרײַנברענגען זײַן האַלדז אין דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און װעט אים דינען, װעל איך אים לאָזן אױף זײַן ערד, זאָגט ה׳, און ער עט זי באַאַרבעטן, און זיצן אױף איר.

12 אױך צו צִדקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה האָב איך גערעדט אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן: ברענגט אײַער האַלדז אין דעם יאָך פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און דינט אים און זײַן פֿאָלק, און בלײַבט לעבן. 13 נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, דו און דײַן פֿאָלק, פֿון שװערד, פֿון הונגער, און פֿון פּעסט, אַזױ װי ה׳ האָט אָנגעזאָגט אױף דעם פֿאָלק װאָס װעט נישט דינען דעם מלך פֿון בָבֿל? 14 און איר זאָלט נישט צוהערן צו די װערטער פֿון די נבֿיאים װאָס זאָגן צו אײַך, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט דינען דעם מלך פֿון בָבֿל; װאָרעם ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות. 15 װאָרעם איך האָב זײ נישט געשיקט, זאָגט ה׳, און זײ זאָגן נבֿיאות אין מײַן נאָמען אױף ליגן, כּדי איך זאָל אײַך פֿאַרשטױסן, און אי איר זאָלט אונטערגײן, אי די נבֿיאים װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות.

16 און צו די כּהנים און צו דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק האָב איך גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איר זאָלט נישט צוהערן צו די װערטער פֿון אײַערע נבֿיאים װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות, אַזױ צו זאָגן: אָט װעלן די כּלים פֿון ה׳ס הױז אַצונד אין גיכן אומגעקערט װערן פֿון בָבֿל; װאָרעם ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות. 17 איר זאָלט נישט צוהערן צו זײ; דינט דעם מלך פֿון בָבֿל, און בלײַבט לעבן; נאָך װאָס זאָל די דאָזיקע שטאָט װערן אַ װיסטעניש? 18 און אױב זײ זײַנען נבֿיאים, און אױב דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז בײַ זײ, זאָלן זײ אַקאָרשט בעטן בײַ ה׳ צבָֿאוֹת, אַז די כּלים װאָס זײַנען נאָך געבליבן אין הױז פֿון ה׳, און אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהוּדה, און אין ירושָלַיִם, זאָלן נישט אָנקומען קײן בָבֿל. 19 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת אױף די זײַלן, און אױף דעם ים, און אױף די געשטעלן, און אױף דעם רעשט כּלים, װאָס זײַנען געבליבן אין דער דאָזיקער שטאָט, 20 די װאָס נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט זײ נישט צוגענומען, װען ער האָט פֿאַרטריבן יכָניָה דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, דעם מלך פֿון יהוּדה, פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל, מיט אַלע אַדללײַט פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם; 21 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, אױף די כּלים װאָס זײַנען געבליבן אין הױז פֿון ה׳, און אין הױז פֿון דעם מלך פֿון יהוּדה, און אין ירושָלַיִם: 22 קײן בָבֿל װעלן זײ געבראַכט װערן, און דאָרטן װעלן זײ זײַן, ביז דעם טאָג װאָס איך טו זיך דערמאָנען אָן זײ, זאָגט ה׳, און װעל זײ אױפֿברענגען און זײ אומקערן צו דעם דאָזיקן אָרט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-