1 אױף מוֹאָבֿ.
אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל:
װײ צו נבֿוֹ, װאָרעם זי איז פֿאַרװיסט;
צו שאַנד, באַצװוּנגען, איז קִריָתַיִם,
צו שאַנד און צעבראָכן איז מִשׂגָב.
2 נישטאָ מער דער לױב פֿון מוֹאָבֿ,
אין חֶשבוֹן האָט מען באַקלערט בײז אױף איר:
קומט, און לאָמיר זי פֿאַרשנײַדן פֿון צו זײַן אַ פֿאָלק!
דו אױך, מַדמֵן, װעסט שטיל װערן,
נאָכגײן דיר װעט גײן די שװערד.
3 אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון חוֹרוֹנַיִם:
אַ פֿאַרװיסטונג און אַ בראָך אַ גרױסער.
4 צעבראָכן געװאָרן איז מוֹאָבֿ,
אירע יונגע לאָזן הערן אַ געשרײ.
5 װאָרעם דעם אױפֿגאַנג פֿון לוחית
גײט מען אַרױף מיט געװײן אױף געװײן;
װאָרעם דעם אױפֿגאַנג פֿון לוחית
גײט מען אַרױף מיט געװײן אױף געװײן;
װאָרעם אױף דעם אַראָפּגאַנג פֿון חוֹרוֹנַיִם
הערט מען אַן אַנגסטגעשרײ פֿון בראָך.
6 אַנטלױפֿט, ראַטעװעט אײַער נפֿש,
און זײַט װי אַ טאַמאַריסק אין דער מדבר.
7 װאָרעם װײַל דו האָסט זיך פֿאַרזיכערט
אױף דײַנע אױפֿטוען און אױף דײַנע אוֹצרות,
װעסט דו אױך באַצװוּנגען װערן;
און כּמוֹש װעט אין גלות אַװעק,
זײַנע פּריסטער און זײַנע האַרן אין אײנעם.
8 און אַ פֿאַרװיסטער װעט קומען אױף איטלעכער שטאָט,
און קײן שטאָט װעט נישט אַנטרונען װערן;
און אונטערגײן װעט דער טאָל,
און פֿאַרטיליקט װערן װעט דער פּלױן,
אַזױ װי ה׳ האָט געזאָגט.
9 גיט פֿליגלען צו מוֹאָבֿ,
װאָרעם פֿליען אַװעקפֿליען װעט זי;
און אירע שטעט װעלן צו װיסט װערן,
אָן אַ באַװױנער אין זײ.
10 פֿאַרשאָלטן דער װאָס טוט אָפּגעלאָזט די אַרבעט פֿון ה׳, און פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרמײַדט זײַן שװערד פֿון בלוט!
11 רואיק געװען איז מוֹאָבֿ פֿון זײַן יוגנט אָן,
און אָפּגעזעצט איז ער אױף זײַנע הײװן,
און נישט איבערגעלײדיקט געװאָרן פֿון כּלי אין כּלי,
און אין גלות איז ער נישט געגאַנגען;
דערפֿאַר האָט זיך אָפּגעשטעלט זײַן טעם בײַ אים,
און זײַן ריח האָט זיך נישט געביטן.
12 אָבער זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און איך װעל שיקן צו אים אומבײַגערס, און זײ װעלן אים אומבײַגן, און זײַנע כּלים װעלן זײ אױסלײדיקן, און זײערע קריג װעלן זײ צעברעכן. 13 און מוֹאָבֿ װעט זיך שעמן מיט כּמוֹש, װי דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָט זיך געשעמט מיט בֵית-אֵל זײער פֿאַרזיכערונג.
14 װי קענט איר זאָגן: גיבוֹרים זײַנען מיר,
און העלדישע לײַט פֿאַר מלחמה?
15 פֿאַרװיסט געװאָרן איז מוֹאָבֿ,
און אױף אירע שטעט איז מען אַרױפֿגעגאַנגען;
און זײַנע געקליבענע יונגען האָבן גענידערט צו דער שחיטה,
זאָגט דער קיניג – ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
16 נאָנט איז דער בראָך פֿון מוֹאָבֿ צו קומען,
און זײַן אומגליק אײַלט זײער.
17 באַדױערט אים אַלע די װאָס זענען אַרום אים,
און אַלע װאָס קענט זײַן נאָמען זאָגט:
װי איז צעבראָכן דער מאַכטיקער שטעקן,
דער פּראַכטיקער שטעקן!
18 נידער פֿון כּבֿוד, און זיץ אין דאָרשטיקײט,
טאָכטער באַװױנערין פֿון דיבֿוֹן,
װאָרעם דער פֿאַרװיסטער פֿון מוֹאָבֿ איז אַרױפֿגעקומען אױף דיר,
ער האָט צעשטערט דײַנע פֿעסטונגען.
19 בײַם װעג שטײ, און קוק אױס,
באַװױנערין פֿון עַרוֹעֵר;
פֿרעג דעם אַנטלאָפֿענעם און די אַנטרונענע;
זאָג: װאָס איז געשען?
20 צו שאַנד געװאָרן איז מוֹאָבֿ, װאָרעם זי איז צעבראָכן געװאָרן;
יאָמערט און שרײַט, זאָגט אָן אין אַרנוֹן,
אַז פֿאַרװיסט געװאָרן איז מוֹאָבֿ.
21 און אַ משפּט איז געקומען אױף דעם לאַנד פֿון פּלױן; אױף חוֹלוֹן, און אױף יַהצָה, און אױף מֵיפַֿעַת; 22 און אױף דיבֿוֹן, און אױף נבֿוֹן, און אױף בֵית-דִבלָתַיִם; 23 און אױף קִריָתַיִם, און אױף בֵית-גָמול, און אױף בֵית-מְעוֹן; 24 און אױף קריוֹת, און אױף בָצרָה, און אױף אַלע שטעט פֿון לאַנד מוֹאָבֿ, די װײַטע און די נאָנטע. 25 אָפּגעהאַקט געװאָרן איז דער האָרן פֿון מוֹאָבֿ, און זײַן אָרעם איז צעבראָכן געװאָרן, זאָגט ה׳.
26 פֿאַרשיכּורט אים, װאָרעם קעגן ה׳ האָט ער זיך געגרײסט; און מוֹאָבֿ װעט זיך פּאַטשן אין זײַן מײקעכץ, און ער אױך װעט צום געלעכטער װערן. 27 װאָרעם איז נישט אַ געלעכטער געװען דיר יִשׂרָאֵל? צי איז ער צװישן גנבֿים געפֿונען געװאָרן, װאָס װען נאָר דו האָסט גערעדט פֿון אים, פֿלעגסטו זיך געשאָקעלט?
28 פֿאַרלאָזט די שטעט, און רוט אין פֿעלדז,
באַװױנער פֿון מוֹאָבֿ,
און זײַט װי אַ טױב װאָס טוט נעסטן
בײַ די זײַטן פֿון דעם מױל פֿון אַ גרוב.
29 מיר האָבן געהערט די שטאָלצקײט פֿון מוֹאָבֿ,
װי זײער שטאָלץ ער איז;
זײַן גרױסקײט און זײַן שטאָלצקײט און זײַן גאװה,
און די הױכקײט פֿון זײַן האַרצן.
30 איך װײס, זאָגט ה׳, זײַן חוצפּה,
און זײַנע באַרימערײַען אָן אַ האַפֿט,
זײער טאָן אָן אַ האַפֿט.
31 דערום יאָמער איך אױף מוֹאָבֿ,
און אױף גאַנץ מוֹאָבֿ טו איך קלאָגן;
אױף די באַװױנער פֿון קיר-חֶרֶשׂ מוז מען זיפֿצן.
32 מער פֿון דעם געװײן אױף יַעְזֵר װײנען איך אױף דיר,
װײַנשטאָק פֿון שִׂבֿמָה;
דײַנע צװײַגן זײַנען ביז צום ים אַריבער,
ביזן ים פֿון יַעְזֵר האָבן זײ דערגרײכט;
אױף דײַן זומערפֿרוכט און אױף דײַן װײַנטרױבן־זאַמלונג
איז אַ צעשטערער אָנגעפֿאַלן.
33 און אײַנגעטאָן איז די פֿרײד און די לוסטיקײט
פֿון דעם פֿרוכטגאָרטן, און פֿון לאַנד מוֹאָבֿ,
און װײַן פֿון די קעלטערס האָב איך פֿאַרשטערט;
מע טרעט נישט מיט הֵידָד!
דער הֵידָד איז נישט הֵידָד.
34 דאָס געשערײַ פֿון חֶשבוֹן איז ביז אֶלעָלֵה, ביז יַהַץ לאָזן זײ אַרױס זײער קֹול, פֿון צוֹעַר ביז חוֹרוֹנַיִם ביז עגלת-שלשיה; װאָרעם אױך די װאַסערן פֿון נִמרים װעלן צו װיסט װערן. 35 און איך װעל פֿאַרשטערן פֿון מוֹאָבֿ, זאָגט ה׳, דעם װאָס ברענגט-אױף אױף אַ בָמָה, און דעם װאָס רײכערט צו זײַנע ג‑טער. 36 דערום מײַן האַרץ אױף מוֹאָבֿ טוט װי פֿלײטן ברומען, און מײַן האַרץ אױף די מענער פֿון קיר-חֶרֶשׂ, טוט װי פֿלײטן ברומען, פֿאַר װאָס די שֶפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעשאַפֿט איז אונטערגאַנגען.
37 װאָרעם יעטװעדער קאָפּ איז אַ פּליץ, און יעטװעדער באָרד איז אָפּגעשניטן, אױף אַלע הענט זײַנען שניטן, און אױף די לענדן איז זאַק. 38 אױף אַלע דעכער פֿון מוֹאָבֿ, און אין אירע גאַסן, איז לױטער קלאָגערײַ; װאָרעם איך האָב צעבראָכן מוֹאָבֿ װי אַ נישטװערטיקע כּלי, זאָגט ה׳. 39 װי איז זי צעבראָכן געװאָרן! – יאָמערט – װי האָט מוֹאָבֿ אין ביאָש דעם רוקן געקערט! און מוֹאָבֿ װעט װערן צו געלעכטער און צו שרעק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע.
40 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
זע, װי אַן אָדלער װעט ער שװעבן,
און שפּרײטן זײַנע פֿליגלען צו מוֹאָבֿ.
41 באַצװוּנגען װערן די שטעט,
און די פֿעסטונגען װערן אײַנגענומען;
און דאָס האַרץ פֿון די גיבוֹרים פֿון מוֹאָבֿ אין יענעם טאָג
װעט זײַן װי דאָס האַרץ פֿון אַ פֿרױ אין װײען.
42 און מוֹאָבֿ װערט פֿאַרטיליקט װערן פֿון צו זײַן אַ פֿאָלק,
פֿאַר װאָס ער האָט זיך קעגן ה׳ געגרײסט.
43 אַ גרױל און אַ גרוב און אַ נעץ
אױף דיר, באַװױנער פֿון מוֹאָבֿ,
זאָגט ה׳.
44 דער װאָס אַנטלױפֿט פֿון דעם גרױל,
װעט אַרײַנפֿאַלן אין גרוב,
און דער װאָס קומט אַרױף פֿון גרוב,
װעט געכאַפּט װערן אין נעץ;
װאָרעם איך װעל ברענגען אױף איר, אױף מוֹאָבֿ,
דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט,
זאָגט ה׳.
45 אין שאָטן פֿון חֶשבוֹן האָבן זיך אָפּגעשטעלט
אָן כּוֹח אַנטרונענע;
װאָרעם אַ פֿײַער איז אַרױס פֿון חֶשבוֹן,
און אַ פֿלאַם פֿון מיטן סיחון,
און זי האָט פֿאַרצערט די שלײף פֿון מוֹאָבֿ,
און דעם שאַרבן פֿון די ליאַרעמיונגען.
46 װײ דיר, מוֹאָבֿ!
אונטערגעגאַנגען איז דאָס פֿאָלק פֿון כּמוֹש;
װאָרעם דײַנע זין זײַנען גענומען געװאָרן אין געפֿאַנג,
און דײַנע טעכטער אין געפֿאַנגענשאַפֿט.
47 אָבער איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מוֹאָבֿ
אין סוף פֿון די טעג,
זאָגט ה׳.
ביז דאַנען איז דער משפּט פֿון מוֹאָבֿ.