Publicidade

Jonas 1

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יוֹנה דעם זון פֿון אַמִתַּין, אַזױ צו זאָגן: 2 שטײ אױף, גײ צו דער גרױסער שטאָט נינוֵה, און רוף אױס אױף איר, װאָרעם זײער שלעכטיקײט איז אױפֿגעגאַנגען פֿאַר מיר. 3 איז יוֹנה אױפֿגעשטאַנען צו אַנטלױפֿן קײן תַּרְשִיש פֿון פֿאַר ה׳, און ער האָט גענידערט קײן יָפֿוֹ, און האָט געפֿונען אַ שיף װאָס גײט קײן תַּרְשִיש; האָט ער אָפּגעצאָלט איר לױן, און האָט גענידערט אין איר, כּדי צו גײן מיט זײ קײן תַּרְשִיש פֿון פֿאַר ה׳.

4 האָט ה׳ אָנגעװאָרפֿן אַ גרױסן װינט אױפֿן ים, און עס איז געװאָרן אַ גרױסער שטורעם אױפֿן ים, און די שיף האָט געהאַלטן בײַם צעבראָכן װערן. 5 האָבן די שיפֿלײַט זיך דערשראָקן, און זײ האָבן געשריען איטלעכער צו זײַן ג-ט, און זײ האָבן אַרײַנגעװאָרפֿן די זאַכן װאָס אױפֿן שיף, אין, כּדי זיך לײַכטער צו מאַכן. און יוֹנה האָט אַראָפּגענידערט אין װינקל שיף, און האָט זיך געלײגט און איז אײַנגעשלאָפֿן. 6 האָט דער עלטסטער פֿון די שיפֿלײַט גענענט צו אים, און האָט געזאָגט: װאָס איז מיט דיר, װאָס דו שלאָפֿסט? שטײ אױף און רוף צו דײַן ג-ט, אפֿשר װעט זיך האלֹקים באַדאַכטן אָן אונדז, און מיר װעלן נישט אונטערגײן.

7 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: קומט לאָמיר װאַרפֿן גורל, כּדי מיר זאָלן װיסן איבער װעמען דאָס דאָזיקע בײז איז אױף אונדז. האָבן זײ געװאָרפֿן גורל, און דער גורל איז געפֿאַלן אױף יוֹנהן. 8 האָבן זײ צו אים געזאָגט: זאָג אונדז אַקאָרשט, דו איבער װעמען דאָס דאָזיקע בײז איז אױף אונדז: װאָס איז דײַן טאָן? און פֿון װאַנען קומסטו? װאָס איז דײַן לאַנד? און פֿון װאָסער פֿאָלק ביסטו? 9 האָט ער צו זײ געזאָגט: אַ עִבֿרי בין איך, ה׳ דעם ג-ט פֿון די הימלען טו איך פֿאָרכטן, דעם װאָס האָט געמאַכט דעם ים און די יבשה. 10 האָבן די מענטשן מורא געקראָגן אַ גרױס מורא, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן? װאָרעם די מענטשן האָבן פֿאַרשטאַנען אַז ער אַנטלױפֿט פֿון ה׳, אַז ער האָט דאָס זײ געזאָגט.

11 האָבן זײ צו אים געזאָגט: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דיר, כּדי דער ים זאָל זיך אײַנשטילן פֿאַר אונדז? װאָרעם דער ים איז געװאָרן אַלץ שטורעמדיקער. 12 האָט ער צו זײ געזאָגט: הײבט מיך אױף און װאַרפֿט מיך אַרײַן אין ים, און דער ים װעט זיך אײַנשטילן פֿאַר אײַך; װאָרעם איך װײס אַז איבער מיר איז דער דאָזיקער גרױסער שטורעם אױף אײַך.

13 און די מענטשן האָבן גערודערט זיך אומצוקערן צו דער יבשה, אָבער זײ האָבן נישט געקענט, װאָרעם דער ים האָט נאָכאַנאַנד געשטורעמט אַקעגן זײ. 14 האָבן זײ גערופֿן צו ה׳, און האָבן געזאָגט: מיר בעטן דיך, ה׳, לאָמיר נישט אונטערגײן פֿאַר דעם לעבן פֿון דעם דאָזיקן מענטשן, און זאָלסט נישט ברענגען אױף אונדז אומשולדיק בלוט, װאָרעם דו ה׳, אַזױ װי דו באַגערסט טוסטו.

15 און זײ האָבן אױפֿגעהױבן יוֹנה, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין ים, און דער ים האָט זיך אָפּגעשטעלט פֿון זײַן שטורעמען. 16 און די מענטשן האָבן מורא געהאַט אַ גרױס מורא פֿאַר ה׳ און זײ האָבן געשלאַכט אַ שלאַכטאָפּפֿער צו ה׳, און גענומען אױף זיך נדרים.

Veja também

Publicidade
Jonas
Ver todos os capítulos de Jonas
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-