Publicidade

Josué 15

1 און דער גורל פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה לױט זײערע משפּחות איז געװען ביז דעם געמאַרק פֿון אֶדוֹם, דעם מדבר צִין צו דָרום, אין עק דָרום. 2 און דער געמאַרק פֿון דָרום איז זײ געװען פֿון עק יַם-הַמֶלַח, פֿון דער ים-צונג װאָס קערט זיך צו דָרום. 3 און ער איז אַרױסגעגאַנגען צו דָרום פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון עַקרַבים, און איז אַריבער קײן צִין, און אַרױף צו דָרום פֿון קָדֵש-ברנֵעַ, און איז אַריבער חֶצרוֹן, און אַרױף קײן אַדָר, און זיך אױסגעדרײט צו קַרקַע. 4 און ער איז אַריבער צו עַצמוֹן, און איז אַרױס בײַם טײַך פֿון מִצרַיִם; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען בײַם ים; דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון דָרום. 5 און דער געמאַרק צו מזרח, דער יַם-הַמֶלַח ביז צום עק יַרדן; און דער געמאַרק צו צפֿון-זײַט, פֿון דער ים-צונג בײַם עק יַרדן. 6 און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו בֵית-חָגלָה, און איז אַריבער צו צפֿון פֿון בֵית-עַרָבֿה; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו דעם שטײן פֿון בוֹהַן דעם זון פֿון ראובֿן. 7 און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן דבֿיר פֿון דעם טאָל עָכוֹר, און האָט זיך געקערט צפֿון-צו קײן גִלגָל, װאָס אַקעגן דעם אױפֿגאַנג פֿון אַדוּמים, װאָס דָרום-צו פֿון דעם טײַך; און דער געמאַרק איז אַריבער צו די װאַסערן פֿון עֵין-שֶמֶש, און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַ עֵין-רוֹגֵל. 8 און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען מיט דעם טאָל פֿון בן-הִנוֹם צום רוקן פֿון דעם יבֿוסי פֿון דָרום, דאָס איז ירושָלַיִם; און דער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צום שפּיץ באַרג װאָס פֿאַר דעם טאָל פֿון הִנוֹם צו מערבֿ, װאָס אין עק פֿון דעם טאָל רפֿאים צו צפֿון. 9 און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן פֿון שפּיץ באַרג צו דעם קװאַל פֿון די װאַסערן פֿון נֶפֿתּוֹחַ, און איז אַרױס צו די שטעט פֿון באַרג עֶפֿרוֹן; און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן ביז בַעַלָה, דאָס איז קִריַת-יְעָרים.

10 און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט פֿון בַעַלָה צו מערבֿ, צום באַרג שֵׂעִיר, און איז אַריבער צו דעם רוקן פֿון באַרג יעָרים אין צפֿון – דאָס איז כסָלוֹן – און האָט אַראָפּגענידערט צו בֵית-שֶמֶש, און איז אַריבער תִּמנָה. 11 און דער געמאַרק איז אַריבערגעגאַנגען צו דעם רוקן פֿון עֶקרוֹן צו צפֿון; און דער געמאַרק האָט זיך געצױגן קײן שִכּרוֹן, און איז אַריבער צום באַרג פֿון בַעַלָה, און אַרױסגעגאַנגען צו יַבֿנְאֵל; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק איז געװען בײַם ים.

12 און דער געמאַרק פֿון מערבֿ איז געװען דער יַם-הַגָדול מיטן ברעג. דאָס איז דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, רונד אַרום, לױט זײערע משפּחות.

13 און כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן האָט ער געגעבן אַ חלק צװישן די קינדער פֿון יהוּדה לױט דעם מױל פֿון ה׳ צו יְהוֹשועַן, די קִריַת-אַרבע, דעם פֿאָטער פֿון עַנָק – דאָס איז חֶבֿרוֹן. 14 און כָּלֵבֿ האָט פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן די דרײַ זין פֿון עַנָק, שֵשַי, און אַחימָן, און תַּלמַי, די קינדער פֿון עַנָק. 15 און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן צו די באַװױנער פֿון דבֿיר; און דער נאָמען פֿון דבֿיר איז פֿריער געװען קִריַת-סֵפֿר. 16 און כָּלֵבֿ האָט געזאָגט: װער עס װעט שלאָגן קִריַת-סֵפֿר, און װעט זי באַצװינגען, װעל איך אים געבן מײַן טאָכטער עַכסָהן פֿאַר אַ װײַב. 17 האָט עָתניאֵל דער זון פֿון קנַז, כָּלֵבֿס ברודער, זי באַצװוּנגען, און ער האָט אים געגעבן זײַן טאָכטער עַכסָהן פֿאַר אַ װײַב. 18 און עס איז געװען, אַז זי איז אָנגעקומען, האָט זי אים אָנגערעדט צו בעטן פֿון איר פֿאָטער אַ פֿעלד. און װי זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון אײזל, אַזױ האָט כָּלֵבֿ צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר? 19 האָט זי געזאָגט: גיב מיר אַ מתּנה; װאָרעם אין אַ טרוקענעם לאַנד האָסטו מיך אױסגעגעבן; דערום זאָלסטו מיר געבן קװאַלן װאַסער. האָט ער איר געגעבן די אױבערשטע קװאַלן און די אונטערשטע קװאַלן.

20 דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה לױט זײערע משפּחות.

21 און די שטעט אין עק פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, צום געמאַרק פֿון אֶדוֹם אין דָרום, זײַנען געװען קַבֿצְאֵל, און עֵדֶר, און יָגור; 22 און קינָה, און דימוֹנָה, און עַדעָדָה; 23 און קֶדֶש, און חָצוֹר, און יִתנָן; 24 זיף, און טֶלֶם, און בעָלוֹת; 25 און חָצוֹר, חַדַתָּה, און קריוֹת, חֶצרוֹן, דאָס איז חָצוֹר; 26 אַמָם, און שמָע, און מוֹלָדָה;

27 און חַצַר-גַדָה, און חֶשמוֹן, און בֵית-פּלֶט; 28 און חַצַר-שועָל, און באֵר-שֶבַֿע, און ביזיוֹת-יָה; 29 און בַעַלָה, און עִיִים, און עֶצֶם; 30 און אֶלתּוֹלַד, און כּסיל, און חָרמָה; 31 און ציקלַג, און מַדמַנָה, און סַנסַנָה; 32 און לבֿאוֹת, און שִלחים, און עַיִן, און רִמוֹן. אַלע שטעט נײַן און צװאַנציק, מיט זײערע דערפֿער.

33 אין דער נידערונג: אֶשתָּאוֹל, און צָרעָה, און אַשנָה; 34 און זָנוֹחַ, און עֵין-גַנים, תַּפּוחַ, און עֵינָם; 35 יַרמות, און עַדולָם, שׂוֹכה, און עַזֵקָה; 36 און שַעֲרַיִם, און עַדיתַיִם, און גדֵרָה, און גדֵרוֹתַיִם, פֿערצן שטעט מיט זײערע דערפֿער.

37 צנָן, און חַדָשָה, און מִגדַל-גָד; 38 און דִלעָן, און מִצפֵּה, און יָקתְאֵל; 39 לָכיש, און בָצקַת, און עֶגלוֹן; 40 און כַּבֿוֹן, און לַחמָס, און כִּתליש; 41 און גדֵרוֹת, בֵית-דָגוֹן, און נַעֲמָה, און מַקֵדָה; זעכצן שטעט מיט זײערע דערפֿער.

42 לִבֿנָה, און עֶתֶר, און עָשָן; 43 און יפֿתּח, און אַשנָה, און נציבֿ; 44 און קעִילָה, און אַכזיבֿ, און מָרֵאשָה; נײַן שטעט מיט זײערע דערפֿער.

45 עֶקרוֹן מיט אירע טעכטערשטעט און אירע דערפֿער; 46 פֿון עֶקרוֹן ביז צום ים, אַלע װאָס לעבן אַשדוֹד, מיט זײערע דערפֿער.

47 אַשדוֹד, אירע טעכטערשטעט, און אירע דערפֿער; עַזָה, אירע טעכטערשטעט, און אירע דערפֿער; ביז דעם טײַך פֿון מִצרַיִם, און דעם יַם-הַגָדול מיטן ברעג.

48 און אין דעם געבערג: שָמיר, און יַתּיר, און שׂוֹכה; 49 און דַנָה, און קִריַת-סַנָה, דאָס איז דבֿיר; 50 און עַנָבֿ, און אֶשתמֹה, און עָנים; 51 און גוֹשֶן, און חוֹלוֹן, און גילוה; עלף שטעט מיט זײערע דערפֿער.

52 אַרָבֿ, און רוּמָה, און אֶשעָן; 53 און יָנים, און בֵית-תַּפּוחַ, און אַפֿקָה; 54 און חומטָה, און קִריַת-אַרבע – דאָס איז חֶבֿרוֹן – און ציער; נײַן שטעט מיט זײערע דערפֿער.

55 מָעוֹן, כַּרמֶל, און זיף, און יוטָה; 56 און יִזרְעֶאל, און יָקדְעָם, און זָנוֹחַ; 57 קַיִן, גִבֿעָה, און תִּמנָה. צען שטעט מיט זײערע דערפֿער.

58 חַלחול, בֵית-צור, און גדוֹר; 59 און מַעֲרָת, און בֵית-עַנוֹת, און אֶלתקוֹן; זעקס שטעט מיט זײערע דערפֿער.

60 קִריַת-בַעַל – דאָס איז קִריַת-יְעָרים – און רַבָה, צװײ שטעט מיט זײערע דערפֿער.

61 אין מדבר: בֵית-עַרָבֿה, מִדיָן, און סכָכָה; 62 און נִבֿשָן, און די זאַלצשטאָט, און עֵין-גֶדי; זעקס שטעט מיט זײערע דערפֿער.

63 אָבער דעם יבֿוסי, די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, זײ, האָבן די קינדער פֿון יהוּדה נישט געקענט פֿאַרטרײַבן, און דער יבֿוסי איז געבליבן זיצן מיט די קינדער פֿון יהוּדה אין ירושָלַיִם ביז אױף הײַנטיקן טאָג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-