Publicidade

Josué 3

1 און יְהוֹשועַ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און זײ האָבן געצױגן פֿון שִטים, און זײַנען געקומען ביזן יַרדן, ער און אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; און זײ האָבן דאָרטן גענעכטיקט אײדער זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען.

2 און עס איז געװען צום סוף פֿון דרײַ טעג, זײַנען די אױפֿזעער דורכגעגאַנגען אין לאַגער, 3 און זײ האָבן באַפֿױלן דעם פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: װי איר זעט דעם אָרון פֿון ברית פֿון ה׳ אלוקיכם, און די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי טראָגן אים, אַזױ זאָלט איר ציען פֿון אײַער אָרט, און גײן נאָך אים – 4 נאָר װײַט זאָל זײַן צװישן אײַך און צװישן אים, אַרום צװײ טױזנט אײלן אױפֿן מאָס; איר זאָלט נישט גענענען צו אים – כּדי איר זאָלט װיסן דעם װעג װאָס איר זאָלט אױף אים גײן, װאָרעם איר זײַט נישט דורכגעגאַנגען אױף דעם װעג נעכטן-אײערנעכטן.

5 און יְהוֹשועַ האָט געזאָגט צום פֿאָלק: הײליקט אײַך, װאָרעם מאָרגן װעט ה׳ טאָן צװישן אײַך װוּנדער. 6 און יְהוֹשועַ האָט געזאָגט צו די כּהנים, אַזױ צו זאָגן: טראָגט דעם אָרון פֿון ברית, און גײט פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק. האָבן זײ געטראָגן דעם אָרון פֿון ברית, און זײַנען געגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק.

7 און ה׳ האָט געזאָגט צו יְהוֹשועַן: הײַנטיקן טאָג װעל איך אָנהײבן דיך גרײסן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, כּדי זײ זאָלן װיסן, אַז אַזױ װי איך בין געװען מיט משהן, װעל איך זײַן מיט דיר. 8 און דו זאָלסט באַפֿעלן די כּהנים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון ברית, אַזױ צו זאָגן: װי איר קומט צום ברעג װאַסער פֿון יַרדן, זאָלט איר אין יַרדן זיך אָפּשטעלן.

9 האָט יְהוֹשועַ געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: גענענט אַהער, און הערט די װערטער פֿון ה׳ אלוקיכם. 10 און יְהוֹשועַ האָט געזאָגט: דורך דעם װעט איר װיסן, אַז דער לעבעדיקער אֵל איז צװישן אײַך, און פֿאַרטרײַבן װעט ער פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר אײַך דעם כּנַעֲני, און דעם חִתּי, און דעם חִוִי, און דעם פּרִזי, און דעם גִרגָשי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם יבֿוסי. 11 אָט גײט דער אָרון פֿון ברית פֿון דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד אַריבער אײַך פֿאַרױס איבערן יַרדן.

12 און אַצונד, נעמט אײַך צװעלף מענער פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿון אַ שבֿט. 13 און עס װעט זײַן, װי די פֿוסטריט פֿון די כּהנים, װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד, רוען אין די װאַסערן פֿון יַרדן, אַזױ װעלן די װאַסערן פֿון יַרדן פֿאַרשניטן װערן – די װאַסערן װאָס נידערן אַראָפּ פֿון אױבן – און זײ װעלן בלײַבן שטײן אין אײן הױפֿן.

14 און עס איז געװען, װי דאָס פֿאָלק האָט געצױגן פֿון זײערע געצעלטן אַריבערצוגײן דעם יַרדן, מיט די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ברית, פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, 15 און װי די טרעגער פֿון אָרון זײַנען געקומען ביזן יַרדן, און די פֿיס פֿון די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, האָבן זיך אײַנגעטונקט אין ברעג װאַסער – װאָרעם דער יַרדן איז פֿול איבער אַלע זײַנע ברעגן אַלע טעג פֿון שניט – 16 אַזױ האָבן די װאַסערן, װאָס נידערן אַראָפּ פֿון אױבן, זיך אָפּגעשטעלט; זײ זײַנען געבליבן שטײן אין אײן הױפֿן, זײער װײַט פֿון דער שטאָט אָדָם װאָס לעבן צָרתָן; און די װאָס נידערן אַראָפּ צו דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, זײַנען אין גאַנצן פֿאַרשניטן געװאָרן; און דאָס פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן יריחוֹ. 17 און די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, זײַנען געשטאַנען פֿעסט אױף טריקעניש אין מיטן יַרדן; און גאַנץ יִשׂרָאֵל זײַנען אַריבערגעגאַנגען אױף טריקעניש, ביז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן דעם יַרדן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_12-43-22-