1 און עס איז געװען אין פֿיל טעג אַרום, נאָכדעם אַז ה׳ האָט באַרוט יִשׂרָאֵל פֿון אַלע זײערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און יְהוֹשועַ איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט, 2 האָט יְהוֹשועַ גערופֿן גאַנץ יִשׂרָאֵל, זײערע עלטסטע, און זײערע הױפּטלײַט, און זײערע ריכטער, און זײערע אױפֿזעער, און האָט צו זײ געזאָגט: איך בין אַלט און באַטאָגט. 3 און איר האָט געזען אַלץ װאָס ה׳ אלוקיכם האָט געטאָן צו אַלע די דאָזיקע פֿעלקער פֿון אײַערטװעגן; װאָרעם ה׳ אלוקיכם איז דער װאָס האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר אײַך. 4 זעט, איך האָב אײַך אױסגעװאָרפֿן די דאָזיקע געבליבענע פֿעלקער פֿאַר אַ נחלה לױט אײַערע שבֿטים; פֿון יַרדן, מיט אַלע פֿעלקער װאָס איך האָב פֿאַרשניטן, און ביזן יַם-הַגָדול צו זון-אונטערגאַנג. 5 און ה׳ אלוקיכם, ער װעט זײ אַרױסשטױסן פֿון פֿאַר אײַך, און װעט זײ פֿאַרטרײַבן פֿון אײַער אָנגעזיכט, און איר װעט אַרבן זײער לאַנד, אַזױ װי ה׳ אלוקיכם האָט אײַך צוגעזאָגט. 6 דערום זאָלט איר זײַן זײער שטאַרק צו היטן און צו טאָן אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּוֹרת-משה, זיך נישט אָפּצוקערן דערפֿון רעכטס אָדער לינקס, 7 נישט צו קומען צװישן די דאָזיקע פֿעלקער, די דאָזיקע װאָס זײַנען געבליבן בײַ אײַך. און דעם נאָמען פֿון זײערע ג‑טער זאָלט איר נישט דערמאָנען, און נישט לאָזן שװערן בײַ זײ און זײ נישט דינען, און זיך נישט בוקן צו זײ. 8 נאָר בלױז אָן ה׳ אלוקיכם זאָלט איר אײַך באַהעפֿטן, אַזױ װי איר האָט געטאָן ביז הײַנטיקן טאָג, 9 װאָס דערפֿאַר האָט ה׳ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אײַך גרױסע און מאַכטיקע פֿעלקער; און איר – קײנער איז נישט באַשטאַנען פֿאַר אײַך ביז הײַנטיקן טאָג. 10 אײן מאַן פֿון אײַך האָט געיאָגט טױזנט; װאָרעם ה׳ אלוקיכם איז דער װאָס האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר אײַך, אַזױ װי ער האָט אײַך צוגעזאָגט. 11 דערום זאָלט איר זײער היטן אײַער זעל, ליב צו האָבן ה׳ אלוקיכם. 12 װאָרעם אױב אָפּקערן װעט איר אײַך אָפּקערן, און איר װעט אײַך באַהעפֿטן אָן דעם רעשט פֿון די דאָזיקע פֿעלקער, די דאָזיקע װאָס זײַנען געבליבן בײַ אײַך, און איר װעט זיך מתחתּן זײַן מיט זײ, און איר װעט קומען צװישן זײ, און זײ צװישן אײַך, 13 װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז ה׳ אלוקיכם װעט מער נישט פֿאַרטרײַבן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר אײַך, און זײ װעלן אײַך זײַן פֿאַר אַ נעץ און פֿאַר אַ שטרױכלונג, און פֿאַר אַ רוט אין אײַערע זײַטן, און פֿאַר שטעכערס אין אײַערע אױגן, ביז איר װעט אונטערגײן פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס ה׳ אלוקיכם האָט אײַך געגעבן. 14 און אָט גײ איך די טעג אױף דעם װעג פֿון דער גאַנצער ערד; דערום זאָלט איר װיסן מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל, אַז נישט אַן אײנציק װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון די אַלע גוטע צוזאָגן װאָס ה׳ אלוקיכם האָט צוגעזאָגט װעגן אײַך; אַלע זײַנען אײַך אָנגעקומען; נישט אַן אײנציק װאָרט דערפֿון איז אָפּגעפֿאַלן. 15 און עס װעט זײַן, אַזױ װי אײַך איז אָנגעקומען אַל דער גוטער צוזאָג װאָס ה׳ אלוקיכם האָט אײַך צוגעזאָגט, אַזױ װעט ה׳ ברענגען אױף אײַך אַל דעם שלעכטן אָנזאָג, ביז ער װעט אײַך פֿאַרטיליקן פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס ה׳ אלוקיכם האָט אײַך געגעבן. 16 אַז איר װעט איבערטרעטן דעם ברית פֿון ה׳ אלוקיכם, װאָס ער האָט אײַך באַפֿױלן, און איר װעט גײן און דינען פֿרעמדע ג‑טער, און זיך בוקן צו זײ, װעט גרימען דער צאָרן פֿון ה׳ אױף אײַך, און איר װעט גיך אונטערגײן פֿון דעם גוטן לאַנד װאָס ער האָט אײַך געגעבן.
Publicidade
Publicidade