Publicidade

Josué 12

1 און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשלאָגן, און געאַרבט זײער לאַנד אױף יענער זײַט יַרדן, צו זונאױפֿגאַנג, פֿון טאָל אַרנוֹן ביז באַרג חֶרמוֹן, און דעם גאַנצן פּלױן צו מזרח: 2 סיחון דער מלך פֿון אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן, װאָס האָט געװעלטיקט פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן און אין מיטן טאָל, און איבער האַלב גִלעָד, און ביז דעם טײַך יַבוֹק, דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, 3 און איבער דעם פּלױן ביזן ים כִּנרוֹת, צו מזרח, און ביז דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, צו מזרח, אױפֿן װעג צו בֵית-ישימוֹת; און אין דָרום, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה. 4 און דער געמאַרק פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים, װאָס איז געזעסן אין עַשתָּרוֹת, און אין אֶדרֶעִי, 5 און האָט געװעלטיקט איבער באַרג חֶרמוֹן, און איבער סַלכָה, און איבער גאַנץ בָשָן, ביז דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און איבער האַלב גִלעָד – דעם געמאַרק פֿון סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן. 6 משה דער קנעכט פֿון ה׳, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זײ געשלאָגן, און משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט עס געגעבן פֿאַר אַן אַרב צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צום האַלבן שבֿט מנַשֶה.

7 און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס יְהוֹשועַ און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשלאָגן אױף דער זײַט יַרדן צו מערבֿ, פֿון בַעַל-גָד אין טאָל פֿון לבֿנוֹן, און ביז דעם גלאַטן באַרג װאָס גײט אַרױף צו שֵׂעִיר; און יְהוֹשועַ האָט עס געגעבן די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַן אַרב לױט זײערע אײַנטײלונגען; 8 אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אין דעם פּלױן, און אױף די אַראָפּגאַנגען, און אין מדבר, און אין דעם דָרום; דער חִתּי, דער אֶמוֹרי, און דער כּנַעֲני, דער פּרִזי, דער חִוִי, און דער יבֿוסי.

9 דער מלך פֿון יריחוֹ, אײנער;

דער מלך פֿון עַי װאָס לעבן בֵית-אֵל, אײנער;

10 דער מלך פֿון ירושָלַיִם, אײנער;

דער מלך פֿון חֶבֿרוֹן, אײנער;

11 דער מלך פֿון יַרמות, אײנער;

דער מלך פֿון לָכיש, אײנער;

12 דער מלך פֿון עֶגלוֹן, אײנער;

דער מלך פֿון גֶזֶר, אײנער;

13 דער מלך פֿון דבֿיר, אײנער;

דער מלך פֿון גֶדֶר, אײנער;

14 דער מלך פֿון חָרמָה, אײנער;

דער מלך פֿון עַרָד, אײנער;

15 דער מלך פֿון לִבֿנָה, אײנער;

דער מלך פֿון עַדולָם, אײנער;

16 דער מלך פֿון מַקֵדָה, אײנער;

דער מלך פֿון בֵית-אֵל, אײנער;

17 דער מלך פֿון תַּפּוחַ, אײנער;

דער מלך פֿון חֵפֿר, אײנער;

18 דער מלך פֿון אַפֿק, אײנער;

דער מלך איבערן שָרוֹן, אײנער;

19 דער מלך פֿון מָדוֹן, אײנער;

דער מלך פֿון חָצוֹר, אײנער;

20 דער מלך פֿון שִמרוֹן-מרוֹן, אײנער;

דער מלך פֿון אַכשָף, אײנער;

21 דער מלך פֿון תַּעֲנָך, אײנער;

דער מלך פֿון מגִדוֹ, אײנער;

22 דער מלך פֿון קֶדֶש, אײנער;

דער מלך פֿון יָקנְעָם אין כַּרמֶל, אײנער;

23 דער מלך פֿון דוֹר, אין דער געגנט פֿון דוֹר, אײנער;

דער מלך פֿון גוֹיִם אין גִלגָל, אײנער;

24 דער מלך פֿון תִּרצָה, אײנער;

אַלע מלכים, אײן און דרײַסיק.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-