1 און דאָס איז װאָס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געאַרבט אין לאַנד כּנַעַן, װאָס אֶלעָזָר דער כּהן, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן זײ געמאַכט אַרבן, 2 לױט דעם גורל פֿון זײער נחלה, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן דורך משהן, פֿאַר די נײַן שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט. – 3 װאָרעם די נחלה פֿון די צװײ שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט האָט משה געגעבן פֿון יענער זײַט יַרדן; נאָר די לוִיִים האָט ער נישט געגעבן קײן נחלה צװישן זײ. 4 װײַל די קינדער פֿון יוֹסף זײַנען געװען צװײ שבֿטים, מנַשֶה און אפֿרים; און די לוִיִים האָט מען נישט געגעבן קײן חלק אין לאַנד, נאָר שטעט צום װױנען מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער פֿאַר זײערע פֿיך און פֿאַר זײער האָב. –
5 אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געטאָן; און זײ האָבן צעטײלט דאָס לאַנד.
6 און די קינדער פֿון יהוּדה האָבן גענענט צו יְהוֹשועַן אין גִלגָל, און כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, דער קנִזי, האָט צו אים געזאָגט: דו װײסט דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט גערעדט צו משה דעם מאַן פֿון ג-ט װעגן מיר און װעגן דיר אין קָדֵש-ברנֵעַ. 7 פֿערציק יאָר אַלט בין איך געװען, װען משה דער קנעכט פֿון ה׳ האָט מיך געשיקט פֿון קָדֵש-ברנֵעַ אױסצוקוקן דאָס לאַנד, און איך האָב אים געבראַכט אַן ענטפֿער אַזױ װי אין מײַן האַרצן. 8 און מײַנע ברידער, װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט מיר, האָבן געמאַכט צעגײן דאָס האַרץ פֿון פֿאָלק, אָבער איך בין געגאַנגען געטרײַ נאָך ה׳ מײַן ג-ט. 9 און משה האָט געשװאָרן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: דאָס לאַנד װאָס דײַן פֿוס האָט דערױף געטרעטן, װעט זײַן פֿאַר אַ נחלה צו דיר און צו דײַנע קינדער אױף אײביק! װײַל דו ביסט געגאַנגען געטרײַ נאָך ה׳ מײַן ג-ט. 10 און אַצונד זע, ה׳ האָט מיך געלאָזט לעבן, אַזױ װי ער האָט גערעדט; שױן פֿינף און פֿערציק יאָר פֿון זינט ה׳ האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט צו משהן, װען יִשׂרָאֵל איז געגאַנגען אין מדבר; און אַצונד אָט בין איך הײַנט אַ מאַן פֿון פֿינף און אַכציק יאָר. 11 איך בין נאָך הײַנט אַזױ שטאַרק, װי אין דעם טאָג װאָס משה האָט מיך געשיקט; אַזױ װי מײַן כּוֹח דענצמאָל, אַזױ איז מײַן כּוֹח אַצונד פֿאַר מלחמה, און פֿאַר אַרױסגײן און אַרײַנגײן.
12 דערום גיב מיר אַצונד דעם דאָזיקן באַרג װאָס ה׳ האָט צוגעזאָגט אין יענעם טאָג; װאָרעם דו האָסט געהערט אין יענעם טאָג, אַז דאָרטן זײַנען דאָ עַנָקים, און גרױסע באַפֿעסטיקטע שטעט; אפֿשר װעט ה׳ זײַן מיט מיר, און איך װעל זײ פֿאַרטרײַבן, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
13 האָט אים יְהוֹשועַ געבענטשט, און ער האָט געגעבן חֶבֿרוֹן צו כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן פֿאַר אַ נחלה. 14 דערום איז חֶבֿרוֹן געװאָרן כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן, דעם קנִזי, פֿאַר אַ נחלה ביז אױף הײַנטיקן טאָג; װײַל ער איז געגאַנגען געטרײַ נאָך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 15 און דער נאָמען פֿון חֶבֿרוֹן איז פֿריער געװען די קִריַת-אַרבע; ער איז געװען דער גרעסטער מענטש צװישן די עַנָקים. און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿון מלחמה.