Publicidade

Josué 19

1 און דער צװײטער גורל איז אַרױסגעקומען פֿאַר שמעון, פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות; און זײער נחלה איז געװען אין מיטן פֿון דער נחלה פֿון די קינדער פֿון יהוּדה. 2 און זײ האָבן געהאַט אין זײער נחלה באֵר-שֶבַֿע, דאָס איז שֶבַֿע, און מוֹלָדָה; 3 און חַצַר-שועָל, און בלָה, און עֶצֶם; 4 און אֶלתּוֹלַד, און בתול, און חָרמָה; 5 און ציקלַג, און בֵית-מַרכָּבֿוֹת, און חַצַר-סוסָה; 6 און בֵית-לבֿאוֹת, און שָרוחֶן; דרײַצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. 7 עַיִן, רִמוֹן, און עֶתֶר, און עָשָן; פֿיר שטעט מיט זײערע דערפֿער. 8 און אַלע דערפֿער װאָס רונד אַרום די דאָזיקע שטעט ביז בעֲלַת-באֵר, ביז רָמָה פֿון דָרום. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות. 9 פֿון דעם טײל פֿון די קינדער פֿון יהוּדה איז געװען די נחלה פֿון די קינדער פֿון שמעון, װאָרעם דער חלק פֿון די קינדער פֿון יהוּדה איז געװען צו גרױס פֿאַר זײ, און די קינדער פֿון שמעון האָבן געקריגן אַ נחלה אין מיטן פֿון זײער נחלה.

10 און דער דריטער גורל איז אַרױפֿגעקומען פֿאַר די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות; און דער געמאַרק פֿון זײער נחלה איז געװען ביז שָׂריד. 11 און זײער געמאַרק איז אַרױפֿגעגאַנגען צו מערבֿ און מַרעֵלָה, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן דַבשֶת, און זיך אָנגעשטױסן אָן דעם טײַך װאָס פֿאַר יָקנְעָם. 12 און ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שָׂריד צו מזרח, קעגן זונאױפֿגאַנג, ביז דעם געמאַרק פֿון כִּסלוֹת-תָּבֿוֹר, און איז אַרױסגעגאַנגען צו דָבֿרַת, און אַרױפֿגעגאַנגען קײן יָפֿיעַ. 13 און פֿון דאָרטן איז ער אַריבער קײן מזרח, צו זונאױפֿגאַנג, צו גַת-חֵפֿר, צו עֵת-קָצין, און איז אַרױסגעגאַנגען בײַ רִמוֹן און האָט זיך געצױגן קײן נֵעָה. 14 און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט אַרום דעם צו צפֿון פֿון חַנָתוֹן; און זײַן אױסלאָז איז געװען דער טאָל יפֿתּח-אֵל; 15 און קַטָת, און נַהלָל, און שִמרוֹן, און יִדאַלָה, און בֵית-לֶחֶם; צװעלף שטעט מיט זײערע דערפֿער. 16 דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער.

17 פֿאַר יִשׂשָׂכָר איז אַרױסגעקומען דער פֿירטער גורל; פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות. 18 און זײער געמאַרק איז געװען יִזרְעֶאל, און כְסוּלוֹת, און שוּנֵם; 19 און חַפֿרַיִם, און שֵאוֹן, און אַנָחרַת; 20 און רַבית, און קִשיוֹן, און אֶבֿץ; 21 און רֶמֶת, און עֵין-גַנים, און עֵין-חַדָה, און בֵית-פּצֵץ, 22 און דער געמאַרק האָט זיך אָנגעשטױסן אָן תָּבֿוֹר, און שַחצימָה, און בֵית-שֶמֶש; און דער אױסלאָז פֿון זײער געמאַרק איז געװען דער יַרדן; זעכצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. 23 דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער.

24 און דער פֿינפֿטער גורל איז אַרױסגעקומען פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר לױט זײערע משפּחות. 25 און זײער געמאַרק איז געװען: חֶלקַת, און חַלי, און בטֶן, און אַכשָף; 26 און אַלַמֶלֶך, און עַמעָד, און מִשְאָל; און ער האָט זיך אָנגעשטױסן אָן כַּרמֶל אין מערבֿ, און אָן שיחוֹר-לִבֿנָת. 27 און ער האָט זיך אומגעקערט צו זונאױפֿגאַנג, צו בֵית-דָגוֹן, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן זבֿולון, און אָן דעם טאָל יפֿתַּח-אֵל צו צפֿון, בֵית-עֵמֶק, און נְעִיאל, און איז אַרױס צו כָּבֿול אױף צפֿון, 28 און עֶבֿרוֹן, און רחוֹבֿ, און חַמוֹן, און קָנָה, ביז גרױס-צידון. 29 און דער געמאַרק האָט זיך אומגעקערט צו רָמָה, און ביז דער פֿעסטונגשטאָט צוֹר. און דער געמאַרק האָט זיך אומגעקערט צו חוֹסָה; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים, פֿון געגנט ביז אַכזיבֿ; 30 און עומָה, און אַפֿק, און רחוֹבֿ; צװײ און צװאַנציק שטעט מיט זײערע דערפֿער. 31 דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר לױט זײערע משפּחות, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער.

32 פֿאַר די קינדער פֿון נַפֿתָּלי איז אַרױסגעקומען דער זעקסטער גורל; פֿאַר די קינדער פֿון נַפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות. 33 און זײער געמאַרק איז געװען פֿון חֶלֶף, פֿון אֵלוֹן-בצַעֲנַנים, און אַדָמי-נֶקֶבֿ, און יַבֿנְאֵל, ביז לַקום; און זײַן אױסלאָז איז געװען דער יַרדן. 34 און דער געמאַרק האָט זיך אומגעקערט קײן מערבֿ, צו אַזנוֹת-תָּבֿוֹר, און איז אַרױס פֿון דאָרטן צו חוקוֹק, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן זבֿולון אין דָרום, און אָן אָשֵר האָט ער זיך אָנגעשטױסן אין מערבֿ, און אָן יהוּדה בײַם יַרדן צו זונאױפֿגאַנג. 35 און די פֿעסטונגשטעט זײַנען געװען צִדִּים, צֵר, און חַמַת, רַקַת, און כִּנֶרֶת; 36 און אַדָמָה, און רָמָה, און חָצוֹר; 37 און קֶדֶש, און אֶדרֶעִי, און עֵין-חָצוֹר; 38 און יִרְאוֹן, און מִגדַל-אֵל, חָרֵם, און בֵית-עַנָת, און בֵית-שֶמֶש; נײַנצן שטעט מיט זײערע דערפֿער. 39 דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער.

40 פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות איז אַרױסגעקומען דער זיבעטער גורל. 41 און דער געמאַרק פֿון זײער נחלה איז געװען: צָרעָה, און אֶשתָּאוֹל, און עִיר-שֶמֶש; 42 און שַעֲלַבין, און אַיָלוֹן, און יִתלָה; 43 און אֵילוֹן, און תִּמנָה, און עֶקרוֹן; 44 און אֶלתּקֵה, און גִבתוֹן, און בַעַלָת; 45 און יהוד, און בנֵי-ברַק, און גַת-רִמוֹן; 46 און מֵי-יַרקוֹן, און רַקוֹן, מיט דעם געמאַרק אַקעגן יָפֿוֹ.

47 און דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון דָן איז אױסגעקומען צו װינציק פֿאַר זײ; זײַנען די קינדער פֿון דָן אַרױפֿגעגאַנגען און האָבן מלחמה געהאַלטן מיט לֶשֶם, און האָבן זי באַצװוּנגען, און זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, און זי געאַרבט, און זיך באַזעצט אין איר; און זײ האָבן גערופֿן לֶשֶם, דָן, אַזױ װי דער נאָמען פֿון זײער פֿאָטער דָן. 48 דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות, די דאָזיקע שטעט מיט זײערע דערפֿער.

49 און אַז זײ האָבן געענדיקט מאַכן אַרבן דאָס לאַנד לױט אירע געמאַרקן, האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל געגעבן אַ נחלה צו יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, צװישן זײ. 50 לױט דעם מױל פֿון ה׳ האָבן זײ אים געגעבן די שטאָט װאָס ער האָט פֿאַרלאַנגט, תִּמנַת-סֶרַח אין דעם געבערג פֿון אפֿרים; און ער האָט באַבױט די שטאָט, און זיך באַזעצט אין איר.

51 דאָס זײַנען די נחלאָות װאָס אֶלעָזָר דער כּהן, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָבן געמאַכט אַרבן לױט גורל אין שילוֹ פֿאַר ה׳, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. אַזױ האָבן זײ געענדיקט צעטײלן דאָס לאַנד.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-22_10-02-25-