1 און עס איז געװען, אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן דעם יַרדן, האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: 2 נעמט אײַך פֿון פֿאָלק צװעלף מענער, צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿון אַ שבֿט. 3 און באַפֿעלט זײ, אַזױ צו זאָגן: נעמט אײַך פֿון דאַנען, פֿון מיטן יַרדן, פֿון װוּ די פֿיס פֿון די כּהנים זײַנען געשטאַנען פֿעסט, צװעלף שטײנער, און איר זאָלט זײ אַריבערברענגען מיט אײַך, און זײ אַװעקלײגן אין דעם נאַכטלאַגער װאָס איר װעט דרינען נעכטיקן די נאַכט.
4 און יְהוֹשועַ האָט גערופֿן די צװעלף מענער, װאָס ער האָט אָנגעברײט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו אײן מאַן, צו אײן מאַן פֿון אַ שבֿט, 5 און יְהוֹשועַ האָט צו זײ געזאָגט: גײט אַריבער צו דעם אָרון פֿון ה׳ אלוקיכם, אין מיטן יַרדן, און נעמט אײַך איטלעכער אַ שטײן אױף זײַן אַקסל, לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; 6 כּדי דאָס זאָל זײַן אַ צײכן צװישן אײַך; אַז אײַערע קינדער װעלן שפּעטער אַהין פֿרעגן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען אײַך די דאָזיקע שטײנער? 7 זאָלט איר זײ זאָגן: װײַל די װאַסערן פֿון יַרדן זײַנען פֿאַרשניטן געװאָרן פֿאַר דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית; װען ער איז אַריבערגעגאַנגען איבערן יַרדן איז פֿאַרשניטן געװאָרן דאָס װאַסער פֿון יַרדן; און די דאָזיקע שטײנער װעלן זײַן פֿאַר אַ דערמאָנונג צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל ביז אײביק.
8 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ געטאָן, אַזױ װי יְהוֹשועַ האָט באַפֿױלן; און זײ האָבן גענומען צװעלף שטײנער פֿון מיטן יַרדן, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו יְהוֹשועַן, לױט דער צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן זײ אַריבערגעטראָגן מיט זיך צו דעם נאַכטלאַגער, און זײ אַװעקגעלײגט דאָרטן.
9 און צװעלף שטײנער האָט יְהוֹשועַ אױפֿגעשטעלט אין מיטן יַרדן, אױף דעם אָרט װוּ די פֿיס פֿון די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ברית, זײַנען געשטאַנען; און זײ זײַנען דאָרטן ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 10 און די כּהנים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, זײַנען געשטאַנען אין מיטן יַרדן, ביז עס איז אױסגעפֿירט געװאָרן אַלצדינג װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן יְהוֹשועַן צו רעדן צום פֿאָלק, אַזױ װי אַלץ װאָס משה האָט באַפֿױלן יְהוֹשועַן. און דאָס פֿאָלק האָט געאײַלט און איז אַריבערגעגאַנגען. 11 און עס איז געװען, װי דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן, אַזױ איז אַריבערגעגאַנגען דער אָרון פֿון ה׳ און די כּהנים פֿאַרן פֿאָלק.
12 און די קינדער פֿון ראובֿן, און די קינדער פֿון גָד, און דער האַלבער שבֿט מנַשֶה, זײַנען אַריבערגעגאַנגען באַװאָפֿנטע פֿאַרױס פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ װי משה האָט צו זײ גערעדט. 13 אַרום פֿערציק טױזנט באַװאָפֿנטע חיל זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַר ה׳ס אָנגעזיכט אױף מלחמה, צו די פּלױנען פֿון יריחוֹ.
14 אין יענעם טאָג האָט ה׳ געגרײסט יְהוֹשועַן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַר אים אַזױ װי זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַר משהן, אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.
15 און ה׳ האָט געזאָגט צו יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: 16 באַפֿעל די כּהנים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון צײגנים, זײ זאָלן אַרױפֿגײן פֿון יַרדן.
17 האָט יְהוֹשועַ באַפֿױלן די כּהנים, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױף פֿון יַרדן. 18 און עס איז געװען, אַז די כּהנים, װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מיטן יַרדן, װי די פֿוסטריט פֿון די כּהנים האָבן זיך אױפֿגעהױבן אױף דער יבשה, אַזױ האָבן די װאַסערן פֿון יַרדן זיך אומגעקערט אױף זײער אָרט, און זײַנען געגאַנגען איבער אַלע זײַנע ברעגן אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן.
19 און דאָס פֿאָלק איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון יַרדן אין צענטן טאָג פֿון ערשטן חודש, און זײ האָבן גערוט אין גִלגָל, אין מזרח-עק פֿון יריחוֹ.
20 און די דאָזיקע צװעלף שטײנער, װאָס זײ האָבן אַרױסגענומען פֿון יַרדן, האָט יְהוֹשועַ אױפֿגעשטעלט אין גִלגָל. 21 און ער האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: אַז אײַערע קינדער װעלן שפּעטער אַהין פֿרעגן זײערע עלטערן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען די דאָזיקע שטײנער? 22 זאָלט איר מאַכן װיסן אײַערע קינדער, אַזױ צו זאָגן: אױף טריקעניש איז יִשׂרָאֵל אַריבערגעגאַנגען דעם דאָזיקן יַרדן.
23 װאָרעם ה׳ אלוקיכם האָט אױסגעטריקנט די װאַסערן פֿון יַרדן פֿון פֿאַר אײַך, ביז איר זײַט אַריבערגעגאַנגען, אַזױ װי ה׳ אלוקיכם האָט געטאָן צום ים-סוףֿ, װאָס ער האָט אױסגעטריקנט פֿון פֿאַר אונדז, ביז מיר זײַנען אַריבערגעגאַנגען; 24 כּדי אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד זאָלן װיסן די האַנט פֿון ה׳ אַז זי איז שטאַרק; כּדי איר זאָלט מורא האָבן פֿאַר ה׳ אלוקיכם אַלע טעג.