Publicidade

Jeremias 15

1 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: װען אױפֿשטײן זאָל משה און שמוּאֵל פֿאַר מיר, איז מײַן זעל נישט מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק; שיק זײ אַװעק פֿון מײַן פּנים, און זאָלן זײ אַװעקגײן. 2 און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר: װוּהין זאָלן מיר אַװעקגײן? זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

װער צום טױט, צום טױט,

און װער צום שװערד, צום שװערד,

און װער צום הונגער, צום הונגער,

און װער צו געפֿאַנגענשאַפֿט, צו געפֿאַנגענשאַפֿט.

3 און איך װעל אָנזעצן אױף זײ פֿיר משפּחות, זאָגט ה׳: די שװערד צו הרגען, און די הינט צו שלעפּן, און דעם פֿױגל פֿון הימל, און די חיה פֿון דער ערד, צו עסן און אומצוברענגען. 4 און איך װעל זײ מאַכן צו שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד, פֿון װעגן מנַשֶה דעם זון פֿון יכִזקִיָהון, אי דעם מלך פֿון יהוּדה, פֿאַר װאָס ער האָט געטאָן אין ירושָלַיִם.

5 װאָרעם װער װעט דיך דערברימען, ירושָלַיִם?

און װער װעט דיך באַדױערן?

און װער װעט זיך אָפּקערן דיך צו פֿרעגן אױף פֿריד?

6 דו האָסט מיך אַװעקגעװאָרפֿן,

זאָגט ה׳,

אַהינטער טוסטו גײן,

דערום שטרעק איך אױס מײַן האַנט אױף דיר און צעשטער דיך;

איך בין מיד געװאָרן זיך צו דערבאַרעמען.

7 און איך װינטשופֿל זײ מיט אַ װינטשופֿל

אין די טױערן פֿון לאַנד;

איך לאָז אָן קינדער, איך ברענג אונטער מײַן פֿאָלק,

װײַל זײ קערן זיך נישט אום פֿון זײערע װעגן.

8 זײערע אַלמנות װערן דורך מיר מער װי זאַמד פֿון די ימען;

איך ברענג אױף זײ – אױף דער מוטער פֿון יוגנט,

אַ פֿאַרװיסטער אין מיטן טאָג.

איך װאַרף אָן אױף איר פּלוצעם יסורים און שרעקענישן.

9 פֿאַרװעלקט װערט די געװינערין פֿון זיבן,

זי הױכט אױס איר נשמה;

איר זון גײט אונטער װען נאָך טאָג,

זי װערט צו שאַנד און פֿאַרשעמט.

און זײער איבערבלײַב װעל איך איבערגעבן

צום שװערד פֿאַר זײערע פֿײַנט,

זאָגט ה׳.

10 װײ מיר, מוטער מײַנע, װאָס דו האָסט מיך געבאָרן אַ מענטש פֿון קריג, און אַ מענטש פֿון שטרײַט קעגן גאַנצן לאַנד; נישט איך אױסבאָרגן, און נישט מע מאָנט בײַ מיר, פֿון דעסטװעגן שילטן זײ מיך אַלע. 11 האָט ה׳ געזאָגט: פֿאַר װאָר, איך װעל דיך דערלײזן צום גוטן; פֿאַר װאָר, איך װעל מאַכן דעם פֿײַנט זיך בעטן בײַ דיר אין צײַט פֿון אומגליק און אין צײַט פֿון נױט. 12 קען מען אײַזן צעברעכן – אײַזן פֿון צפֿון, און קופּער?

13 דײַן פֿאַרמעג און דײַנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב אָן געצאָלט; יאָ, פֿאַר אַלע דײַנע זינד אַזש אין אַלע דײַנע געמאַרקן. 14 און איך װעל דיך אַריבערפֿירן בײַ דײַנע פֿײַנט, אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט נישט; װאָרעם אַ פֿײַער איז אָנגעצונדן אין מײַן נאָז, אױף אײַך װעט עס ברענען.

15 דו, ה׳ װײסט דאָך,

געדענק מיך, און דערמאָן זיך אָן מיר,

און זײ זיך נוֹקם אָן מײַנע נאָכיאָגער;

פֿון װעגן דײַן לאַנגגעמיט נישט נעם מיך אַװעק;

מערק מײַן לײַדן פֿון דײַנט װעגן שאַנד.

16 װי דײַנע װערטער זײַנען געפֿונען געװאָרן,

אַזױ האָב איך זײ אײַנגעשלונגען,

און דײַן װאָרט איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿרײד,

און פֿאַר אַ שׂימחה פֿון מײַן האַרצן,

װײַל דײַן נאָמען איז אױף מיר גערופֿן געװאָרן,

ה׳ דו אלוקי צבָֿאוֹת.

17 איך בין נישט געזעסן אין געזעמל פֿון פֿרײלעכע

און זיך לוסטיק געמאַכט;

פֿון װעגן דײַן האַנט בין איך געזעסן אַלײן,

װאָרעם מיט צאָרן האָסטו מיך אָנגעפֿילט.

18 פֿאַר װאָס איז אײביק מײַן װײטיק, און מײַן װוּנד איז מסוכּן,

זי װיל זיך נישט הײלן?

װילסטו מיר זײַן װי אַ טײַך אַ פֿאַלשער,

װי װאַסערן אומגעטרײַע?

19 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:

אַז דו װעסט זיך אומקערן, און איך װעל דיך אומקערן,

װעסטו שטײן פֿאַר מיר;

און אַז דו װעסט אַרױסציען טײַערס פֿון דעם שלעכטיקײט,

װעסטו אַזױ װי מײַן מױל זײַן;

זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר,

און דו װעסט זיך גניט אומקערן צו זײ.

20 און איך װעל דיך מאַכן אַקעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק

פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער מױער פֿון קופּער,

און זײ װעלן מלחמה האַלטן קעגן דיר,

און װעלן דיך נישט בײַקומען;

װאָרעם איך בין מיט דיר, דיך צו העלפֿן,

און דיך מציל צו זײַן,

זאָגט ה׳.

21 און איך װעל דיך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די שלעכטע,

און װעל דיך אױסלײזן פֿון דעם פֿױסט פֿון די מאַכטיקע.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-