Publicidade

Isaías 39

1 אין יענער צײַט האָט מרודַך-באַלְאַדָן דער זון פֿון באַלְאַדָנען, דער מלך פֿון בָבֿל, געשיקט אַ בריװ און אַ מתּנה צו חִזקִיָהון; װאָרעם ער האָט געהערט אַז ער איז געװען קראַנק, און איז געזונט געװאָרן. 2 האָט חִזקִיָהו זיך דערפֿרײט מיט זײ, און ער האָט זײ געװיזן זײַן שאַצהױז, דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און די בשׂמים, און דאָס גוטע אײל, און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַנע װאָפֿן, און אַלץ װאָס האָט זיך געפֿונען אין זײַנע שאַצקאַמערן; נישט געװען אַ זאַך אין זײַן הױז, און אין זײַן גאַנצער געװעלטיקײט, װאָס חִזקִיָהו האָט זײ נישט געװיזן. 3 איז ישַעיָהו הנבֿיא געקומען צום מלך חִזקִיָהון, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָבן די דאָזיקע מענער געזאָגט? און פֿון װאַנען קומען זײ צו דיר? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: פֿון אַ װײַטן לאַנד זײַנען זײ צו מיר געקומען, פֿון בָבֿל. 4 האָט ער געזאָגט: װאָס האָבן זײ געזען אין דײַן הױז? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: אַלץ װאָס אין מײַן הױז האָבן זײ געזען; נישט געװען אַ זאַך אין מײַנע שאַצקאַמערן װאָס איך האָב זײ נישט געװיזן.

5 האָט ישַעיָהו געזאָגט צו חִזקִיָהון: הער דאָס װאָרט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת: 6 זע, טעג קומען, און אַלץ װאָס אין דײַן הױז, און װאָס דײַנע עלטערן האָבן אָנגעקליבן ביז הײַנטיקן טאָג, װעט אַװעקגעטראָגן װערן קײן בָבֿל; קײן זאַך װעט נישט איבערבלײַבן, זאָגט ה׳. 7 און פֿון דײַנע זין װאָס װעלן אַרױסגײן פֿון דיר, װאָס דו װעסט געבערן, װעט מען נעמען, און זײ װעלן זײַן הױפֿדינער אין פּאַלאַץ פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל.

8 האָט חִזקִיָהו געזאָגט צו ישַעיָהון: גוט איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס דו האָסט גערעדט. און ער האָט געזאָגט: אױב שלום און זיכערקײט װעט זײַן אין מײַנע טעג!

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-