1 און עס איז געװען, װי דער מלך חִזקִיָהו האָט עס געהערט, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און זיך צוגעדעקט מיט זאַק, און ער איז געקומען אין הױז פֿון ה׳. 2 און ער האָט געשיקט אֶליָקימען װאָס איבערן פּאַלאַץ, און שֶבֿנאָ דעם שרײַבער, און די עלטסטע פֿון די כּהנים, צוגעדעקטע מיט זאַקקלײדער, צו ישַעיָהו הנבֿיא דעם זון פֿון אָמוצן. 3 און זײ האָבן צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט חִזקִיָהו: אַ טאָג פֿון נױט און שטראָף און שמאַך איז דער הײַנטיקער טאָג; װאָרעם די קינדער זײַנען געקומען צום מוטערמױל, און נישטאָ קײן כּוֹח צו געבערן. 4 אפֿשר װעט ה׳ דײַן ג-ט הערן די װערטער פֿון רַבֿשָקֵהן, װאָס זײַן האַר דער מלך פֿון אשור האָט אים געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן אלֹקים, און ער װעט שטראָפֿן פֿאַר די רײד װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט געהערט; דערום זאָלסטו אױפֿהײבן אַ תּפֿילה פֿאַר דעם איבערבלײַב װאָס געפֿינט זיך דאָ.
5 און װי די קנעכט פֿון חִזקִיָהון זײַנען געקומען צו ישַעיָהון, 6 האָט ישַעיָהו צו זײ געזאָגט: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו אײַער האַר: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן פֿאַר די װערטער װאָס דו האָסט געהערט, מיט װאָס די יונגען פֿון דעם מלך פֿון אשור האָבן מיך געשענדט. 7 זע, איך גיב אַרײַן אין אים אַ גײַסט, און ער װעט הערן אַ הערונג, און װעט זיך אומקערן צו זײַן לאַנד; און איך װעל אים מאַכן פֿאַלן דורכן שװערד אין זײַן לאַנד.
8 און רַבֿשָקֵה האָט זיך אומגעקערט, און האָט געפֿונען דעם מלך פֿון אשור מלחמה האַלטנדיק אױף לִבֿנָה; װאָרעם ער האָט געהאַט געהערט אַז ער האָט אַװעקגעצױגן פֿון לָכיש.
9 און האָט געהערט אױף תִּרהָקָה דעם מלך פֿון כּוּש, אַזױ צו זאָגן: ער איז אַרױסגעגאַנגען מלחמה צו האַלטן מיט דיר. און װי ער האָט דאָס געהערט, האָט ער געשיקט שלוחים צו חִזקִיָהון, אַזױ צו זאָגן: 10 אַזױ זאָלט איר זאָגן צו חִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: זאָל דיר נישט נאַרן דײַן ג-ט װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף אים, אַזױ צו זאָגן: ירושָלַיִם װעט נישט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור. 11 אָט האָסטו געהערט װאָס די מלכים פֿון אשור האָבן געטאָן צו אַלע לענדער, זײ צו פֿאַרװיסטן, און דו װילסט ניצול װערן? 12 האָבן די ג‑טער פֿון די פֿעלקער מציל געװען די װאָס מײַנע עלטערן האָבן צעשטערט, גוֹזָן, און חָרָן, און רֶצֶף, און די קינדער פֿון עֵדֶן װאָס אין תּלַשָׂר? 13 װוּ איז דער מלך פֿון חַמָת, און דער מלך פֿון אַרפַּד, און דער מלך פֿון דער שטאָט ספֿרוַיִם, פֿון הֵנַע, און עִוָה?
14 האָט חִזקִיָהו צוגענומען דעם בריװ פֿון דער האַנט פֿון די שלוחים, און האָט אים איבערגעלײענט, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון ה׳. 15 און חִזקִיָהו האָט אים אױסגעשפּרײט פֿאַר ה׳. און חִזקִיָהו האָט מתפּלל געװען צו ה׳, אַזױ צו זאָגן: 16 ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל װאָס זיצסט איבער די כּרובֿים; דו אַלײן ביסט דער אלֹקים איבער אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד; דו האָסט געמאַכט די הימלען און די ערד. 17 נײַג, ה׳, דײַן אױער, און הער; עפֿן, ה׳, דײַנע אױגן, און זע; און הער די אַלע װערטער פֿון סַנחֵריבֿן, װאָס האָט געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן אלֹקים. 18 אמת, ה׳, די מלכים פֿון אשור האָבן חרובֿ געמאַכט די אַלע מדינות מיט זײער לאַנד, 19 און זײ האָבן איבערגעגעבן זײערע ג‑טער צום פֿײַער; װאָרעם זײ זײַנען קײן ג‑טער נישט געװען, נאָר בלױז דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט, האָלץ און שטײן; דערום האָבן זײ זײ אונטערגעבראַכט. 20 און אַצונד, ה׳ אלוקינו, העלף אונדז פֿון זײַן האַנט, און זאָלן אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד װיסן אַז דו אַלײן ביסט ה׳.
21 האָט ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן געשיקט צו חִזקִיָהון, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: װאָס דו האָסט מתפּלל געװען צו מיר װעגן סַנחֵריבֿ דעם מלך פֿון אשור – 22 איז דאָס דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט װעגן אים גערעדט:
עס פֿאַראַכט דיך, עס שפּאָט פֿון דיר
די יונגפֿרױ טאָכטער צִיוֹן;
עס שאָקלט דעם קאָפּ הינטער דיר
די טאָכטער ירושָלַיִם.
23 װעמען האָסטו געלעסטערט און געשענדט?
און אױף װעמען האָסטו דײַן קֹול אױפֿגעהױבן?
יאָ, האָסט געהױבן דײַנע אױגן אין דער הײך,
אַקעגן דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל.
24 דורך דײַנע קנעכט האָסטו געלעסטערט אֲדֹנָי,
און געזאָגט: מיט מײַנע פֿיל רײַטװעגן
בין איך צו דער הײך פֿון די בערג אַרױף,
צו די װינקלען פֿון לבֿנוֹן;
און איך האַק אָפּ זײַנע הױכע צעדערן,
זײַנע געקליבענע ציפּרעסבײמער;
און איך קום צו זײַן העכסטן שפּיץ,
צום װאַלד פֿון זײַן פֿרוכטגאָרטן.
25 איך האָב געגראָבן און געטרונקען װאַסער,
און טריקן אױס מיט מײַנע פֿוסטריט
אַלע טײַכן פֿון מִצרַיִם.
26 האָסטו דען נישט געהערט?
פֿון לאַנג אָן האָב איך עס צוגעגרײט,
פֿון אַלטע טעג האָב איך עס געפֿורעמט;
אַצונד האָב איך עס געבראַכט עס זאָל געשען,
צו פֿאַרװיסטן אױף חורבֿה-הױפֿנס
באַפֿעסטיקטע שטעט.
27 דערום זײַנען זײערע באַװױנער קורצמאַכטיק,
זײ זײַנען צעבראָכן און פֿאַרשעמט;
זײ זײַנען געװאָרן גראָז פֿון פֿעלד,
און קרײַטעכץ גרינע,
מאַך פֿון די דעכער,
און אַ פֿעלד אײדער אױפֿגעװאַקסן.
28 אָבער איך װײס דײַן זיצן
און דײַן גײן און דײַן קומען,
און דײַן שטורעמען קעגן מיר.
29 װײַל דײַן שטורעמען קעגן מיר
און דײַן ליאַרעם איז אַרױף אין מײַנע אױערן,
דערום װעל איך אַרײַנטאָן מײַן רינג אין דײַן נאָז,
און מײַן צאַם אין דײַנע ליפּן,
און איך װעל דיך אומקערן אױף דעם װעג
װאָס דו ביסט געקומען אױף אים.
30 און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן: איר װעט עסן הײַיאָר נאָכװוּקס, און אױפֿן צװײטן יאָר װידערװוּקס; און אױפֿן דריטן יאָר זײט און שנײַדט, און פֿלאַנצט װײַנגערטנער, און עסט זײער פֿרוכט. 31 און דער אַנטרונענער איבערבלײַב פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה װעט װידער װאָרצלען אונטן, און טראָגן פֿרוכט אױבן. 32 װאָרעם פֿון ירושָלַיִם װעט אַרױסקומען אַן איבערבלײַב, און אַן אַנטרינונג פֿון באַרג צִיוֹן; דאָס אָננעמען זיך פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װעט דאָס טאָן.
33 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף דעם מלך פֿון אשור: ער װעט נישט אַרײַנקומען אין דער דאָזיקער שטאָט, און נישט אַרײַנשיסן אַהין אַ פֿײַל, און נישט קומען פֿאַר איר מיט אַ שילד, און נישט אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל. 34 אױף דעם װעג װאָס ער איז געקומען, אױף אים װעט ער זיך אומקערן, און אין דער דאָזיקער שטאָט װעט ער נישט אַרײַנקומען, זאָגט ה׳. 35 און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט, זי צו העלפֿן, פֿון מײַנעט װעגן און פֿון מײַן קנעכט דָוִדס װעגן.
36 און אַ מלאך פֿון ה׳ איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט געשלאָגן אין דעם לאַגער פֿון אשור הונדערט און פֿינף און אַכציק טױזנט; און אַז מע איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, ערשט זײ זײַנען אַלע טױטע פּגָרים. 37 און סַנחֵריבֿ דער מלך פֿון אשור האָט אַװעקגעצױגן, און איז געגאַנגען און האָט זיך אומגעקערט; און ער איז געבליבן אין נינוֵה. 38 און עס איז געװען, װי ער בוקט זיך אין הױז פֿון זײַן ג-ט נִסרוך, אַזױ האָבן זײַנע זין אַדרַמֶלֶך און שַׂראֶצֶר אים דערשלאָגן מיטן שװערד; און זײ זײַנען אַנטרונען געװאָרן אין לאַנד אַרָרָט. און זײַן זון אֵסַר-חַדוֹן איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.