1 דער גײַסט פֿון אֲדֹנָי ה׳ איז אױף מיר,
װײַל ה׳ האָט מיך געזאַלבט
צו ברענגען בשׂורה צו די פֿאַרליטענע;
מיך געשיקט צו פֿאַרבינדן די צעבראָכענע הערצער,
אױסצורופֿן פֿרײַשאַפֿט צו די געפֿאַנגענע,
און לױזלאָזונג צו די געבונדענע;
2 אױסצורופֿן אַ יאָר פֿון באַװיליקונג פֿון ה׳,
און אַ טאָג פֿון נקמה פֿון אלוקינו;
צו טרײסטן אַלע טרױערער;
3 צו באַשערן די טרױערער פֿון צִיוֹן,
זײ צו געבן אַ הױב אַנשטאָט שטױב,
אײל פֿון פֿרײד אַנשטאָט טרױער,
אַ מאַנטל פֿון לױב אַנשטאָט אַ באַטריבט געמיט;
און מע װעט זײ רופֿן די אײכנבײמער פֿון גערעכטיקײט,
די פֿלאַנצונג פֿון ה׳ זיך צום רימען.
4 און זײ װעלן אָפּבױען אײביקע חורבֿות,
װיסטענישן פֿון פֿאַרצײַטן װעלן זײ אױפֿריכטן,
און זײ װעלן באַנײַען חרבֿע שטעט,
װיסטענישן פֿון דור-דורות.
5 און פֿרעמדע װעלן שטײן און פֿיטערן אײַערע שאָף,
און פֿרעמדגעבאָרענע װעלן זײַן
אײַערע אַקערלײַט און אײַערע װײַנגערטנירער.
6 און איר װעט כּהנים פֿון ה׳ גערופֿן װערן,
דינער פֿון אלוקינו װעט געזאָגט װערן אױף אײַך.
דעם פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער װעט איר עסן,
און זײער פּראַכט װעט איר איבערנעמען.
7 פֿאַר אײַער טאָפּעלער בושה,
און װײַל מע פֿלעגט זינגען: שאַנד איז זײער חלק,
דערום װעלן זײ יַרשען טאָפּל אין זײער לאַנד;
אַן אײביקע פֿרײד װעט בײַ זײ זײַן.
8 װאָרעם איך ה׳ האָב ליב גערעכטיקײט;
איך האָב פֿײַנט גזלה מיט אומרעכט,
און איך װעל געבן װאָרהאַפֿטיק זײער לױן,
און אַן אײביקן ברית װעל איך זײ שליסן.
9 און באַװוּסט בײַ די פֿעלקער װעט זײַן זײער זאָמען,
און זײערע שפּראָצן צװישן די אומות;
אַלע װאָס זעען זײ װעלן זײ דערקענען,
אַז זײ זײַנען דער זאָמען װאָס ה׳ האָט געבענטשט.
10 פֿרײען פֿרײ איך זיך מיט ה׳,
לוסטיק איז מײַן זעל מיט מײַן ג-ט,
װאָרעם ער האָט מיר אָנגעטאָן קלײדער פֿון הילף,
אַ מאַנטל פֿון גערעכטיקײט מיר אַרומגעװיקלט,
װי אַ חתן טוט אָן אַ כּהן-הױב,
און װי אַ כּלה צירט זיך אָן מיט אירע תַּכשיטין.
11 װאָרעם װי די ערד לאָזט אַרױס איר שפּראָצונג,
און װי אַ גאָרטן מאַכט שפּראָצן זײַנע זאָמען,
אַזױ װעט אֲדֹנָי ה׳ מאַכן שפּראָצן זיג און לױב,
אַנטקעגן פֿאַר אַלע פֿעלקער.