1 העי, אַלע דאָרשטיקע, קומט נאָך װאַסער,
צו מאָל דער װאָס האָט נישט קײן געלט;
קומט שאַפֿט אײַך אײַן און עסט,
און קומט שאַפֿט אײַך אײַן אָן געלט
און אָן געצאָלט װײַן און מילך.
2 נאָך װאָס זאָלט איר געלט צאָלן פֿאַר נישט-ברױט?
און אײַער מי פֿאַר װאָס זעטיקט נישט?
הערן הערט מיר צו, און עסט גוטס,
און אײַער זעל װעט זיך קװיקן מיט פֿעטס.
3 נײַגט אײַער אױער, און קומט צו מיר,
הערט, און אײַער זעל װעט לעבן;
און איך װעל אײַך שליסן אַן אײביקן ברית,
װי די געטרײַע חסדים צו דָוִדן.
4 זע, אַן עדות צו די פֿעלקער האָב איך אים געמאַכט,
אַ פֿירשט און באַפֿעלער פֿון די אומות.
5 זע, אַ פֿאָלק װאָס דו קענסט נישט, װעסטו רופֿן,
און אַ פֿאָלק װאָס קען דיך נישט, װעט לױפֿן צו דיר,
פֿון װעגן ה׳ דײַן ג-ט,
און צוליב דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל,
װײַל ער האָט דיך באַשײנט.
6 זוכט ה׳ װען ער קען געפֿונען װערן,
רופֿט אים װען ער איז נאָנט.
7 זאָל דער רשע פֿאַרלאָזן זײַן װעג,
און דער מאַן פֿון אומרעכט זײַנע טראַכטונגען;
און זאָל ער זיך אומקערן צו ה׳,
און ער װעט אים דערבאַרעמען,
און צו אלוקינו, װאָרעם ער פֿאַרגיט אַ סך.
8 װאָרעם נישט מײַנע טראַכטונגען זײַנען אײַערע טראַכטונגען,
און נישט אײַערע װעגן זײַנען מײַנע װעגן, זאָגט ה׳.
9 װאָרעם װי דער הימל איז העכער פֿון דער ערד,
אַזױ זײַנען מײַנע װעגן העכער פֿון אײַערע װעגן,
און מײַנע טראַכטונגען פֿון אײַערע טראַכטונגען.
10 װאָרעם אַזױ װי עס נידערט פֿון הימל
דער רעגן און דער שנײ,
און קערט זיך אַהין צו נישט אום,
נײַערט ער טרינקט אָן די ערד,
און באַפֿרוכט זי און באַשפּראָצט זי,
און גיט זריעה צו דעם זײער,
און ברױט צו דעם עסער;
11 אַזױ װעט זײַן מײַן װאָרט װאָס גײט אַרױס פֿון מײַן מױל:
עס װעט זיך נישט אומקערן צו מיר לײדיק,
נײַערט עס װעט טאָן װאָס איך האָב געװאָלט,
און באַגליקן אום װאָס איך האָב עס געשיקט.
12 װאָרעם מיט שׂימחה װעט איר אַרױסגײן,
און בשלום װעט איר געפֿירט װערן;
די בערג און די הײכן
װעלן אױסברעכן פֿאַר אײַך אין געזאַנג,
און אַלע בײמער פֿון פֿעלד װעלן קלאַפּן די הענט.
13 אַנשטאָטן דאָרן װעט אױפֿגײן אַ ציפּרעס,
און אַנשטאָטן װילדגעװעקס װעט אױפֿגײן אַ מירט;
און עס װעט זײַן פֿאַר אַ נאָמען צו ה׳,
פֿאַר אַן אײביקן צײכן װאָס װעט נישט פֿאַרשניטן װערן.