Publicidade

Isaías 33

1 װײ, דו פֿאַרװיסטער װאָס װערסט נישט פֿאַרװיסט,

און דו פֿעלשער װאָס מע פֿעלשט נישט אָן דיר!

אַז דו װעסט אױפֿהערן פֿאַרװיסטן, װעסטו פֿאַרװיסט װערן,

אַז דו װעסט ענדיקן פֿעלשן, װעט מען פֿעלשן אָן דיר.

2 ה׳ לײַטזעליק אונדז,

צו דיר האָבן מיר געהאָפֿט;

זײַ זײער אָרעם אַלע פֿרימאָרגן,

און אונדזער הילף אין צײַט פֿון נױט.

3 פֿון קֹול פֿון דעם טומל זײַנען די אומות אַנטלאָפֿן,

פֿון דײַן אױפֿהײבן זיך װערן די פֿעלקער צעשפּרײט.

4 און אױפֿגעקליבן װעט װערן אײַער רױב

װי דער הײשעריק קלײַבט אױף,

װי גרילן שפּרינגען,

טוט מען שפּרינגען דערױף.

5 דערהױבן איז ה׳, װאָרעם ער רוט אין דער הײך;

ער פֿילט אָן צִיוֹן מיט רעכט און גערעכטיקײט.

6 און די זיכערקײט פֿון דײַנע צײַטן װעט זײַן

אַ שאַץ מיט ישועות, חכמה און דערקענונג;

מורא פֿאַר ה׳, דאָס װעט זײַן זײַן אוצר.

7 זע, זײערע העלדן קלאָגן דרױסן,

די שלוחים פֿון שלום טוען ביטער װײנען.

8 פֿאַרװיסט זײַנען די װעגן,

אױפֿגעהערט דער װעגפֿאָרער;

ער האָט פֿאַרשטערט דעם ברית,

ער האָט פֿאַראַכט די שטעט,

ער אַכט נישט אױף קײן מענטשן.

9 פֿאַרטרױערט, פֿאַרשניטן איז דאָס לאַנד,

פֿאַרשעמט איז דער לבֿנוֹן, פֿאַרװעלקט;

דער שָרוֹן איז װי אַ מדבר געװאָרן,

און אָפּגעטרײסלט איז בָשָן און כַּרמֶל.

10 אַצונד װעל איך אױפֿשטײן, זאָגט ה׳,

אַצונד װעל איך זיך דערהײכן,

אַצונד װעל איך זיך אױפֿהײבן.

11 איר טראָגט שפּרײ, װעט איר געבערן שטרױ;

אײַער אָטעם – אַ פֿײַער װאָס װעט אײַך פֿאַרצערן.

12 און די פֿעלקער װעלן זײַן װי קאַלך פֿאַרברענטע,

װי דערנער אָפּגעהאַקטע װאָס װערן אין פֿײַער געצונדן.

13 הערט, איר װײַטע, װאָס איך האָב געטאָן,

און װײסט, איר נאָנטע, מײַן גבֿורה.

14 עס אַנגסטן אין צִיוֹן די זינדיקע,

אַ ציטערניש האָט אָנגענומען די פֿאַלשע:

װער פֿון אונדז קען װײַלן אין דעם פֿײַער װאָס פֿאַרצערט?

װער פֿון אונדז קען װײַלן אין די אײביקע בראַנדן?

15 דער װאָס גײט אין רעכטפֿאַרטיקײט, און רעדט ערלעך,

דער װאָס פֿאַראַכט דעם געװין פֿון רױב,

דער װאָס שאָקלט אָפּ זײַנע הענט פֿון אָננעמען שוחד,

דער װאָס פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער פֿון הערן װעגן בלוט,

און פֿאַרדריקט זײַנע אױגן פֿון קוקן אױף שלעכטס.

16 ער װעט רוען אין דער הײך;

פֿעסטונגען פֿון פֿעלדזן װעלן זײַן זײַן באַשיצונג;

זײַן ברױט איז געגעבן, זײַן װאַסער איז זיכער.

17 דעם מלך אין זײַן שײנקײט װעלן אָנקוקן דײַנע אױגן;

זײ װעלן זען אַ לאַנד פֿון װײַטענישן.

18 דײַן האַרץ װעט טראַכטן אָן דער אימה:

װוּ איז דער װאָס האָט געצײלט?

װוּ דער װאָס האָט געװױגן?

װוּ דער װאָס האָט די טורעמס געצײלט?

19 דאָס פֿאַרשײַטע פֿאָלק װעסטו מער נישט זען,

דאָס פֿאָלק מיט אַ טונקעלער שפּראַך, נישט צו פֿאַרשטײן,

מיט אַ שטאַמלדיקן לשון, נישט קלוג צו װערן.

20 קוק אָן צִיוֹן, די שטאָט פֿון אונדזער אײַנזאַמלונג;

דײַנע אױגן װעלן זען ירושָלַיִם,

אַ װױנונג אַ רויִקע,

אַ געצעלט װאָס װעט נישט אַװעקגערוקט װערן,

װאָס זײַנע פֿלעקלעך װעלן אײביק נישט אַרױסגעצױגן װערן,

און אַלע זײַנע שטריק װעלן נישט אָפּגעריסן װערן.

21 נאָר דאָרטן װעט ה׳ אונדז זײַן מאַכטיק,

װי אַן אָרט פֿון טײַכן, שטראָמען ברײטרױמיקע,

װאָס קײן רודערשיף קען אױף אים נישט גײן,

און קײן שטאַרקער אָקרענט קען אים נישט איבערפֿאָרן.

22 װאָרעם ה׳ איז אונדזער ריכטער,

ה׳ איז אונדזער געזעצגעבער,

ה׳ איז אונדזער מלך;

ער װעט אונדז העלפֿן.

23 לױז געװאָרן זײַנען דײַנע שטריק,

זײ האַלטן נישט פֿעסט זײער מאַסט,

זײ שפּרײטן דעם זאַגל נישט אױס.

דענצמאָל װערט פֿאַנג פֿון פֿיל זאַקרױב צעטײלט,

הינקעדיקע רױבן רױב.

24 און קײן אײַנװױנער װעט נישט זאָגן: איך בין קראַנק;

דעם פֿאָלק װאָס זיצט דערין איז פֿאַרגעבן די זינד.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-