1 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
דער הימל איז מײַן טראָן,
און די ערד איז מײַן פֿוסבענקל;
װוּ איז דאָס הױז װאָס איר קענט מיר בױען?
און װוּ דער אָרט פֿון מײַן רוּונג?
2 אַז די אַלע האָט מײַן האַנט געמאַכט,
און אַזױ זײַנען די אַלע געװאָרן,
זאָגט ה׳.
אָבער אױף אַזעלכן טו איך קוקן:
אױף דעם אָרעמאַן און דערשלאָגענעם אין געמיט,
און דעם װאָס ציטערט איבער מײַן װאָרט.
3 דער װאָס שעכט אַן אָקס,
דערשלאָגט אַ מענטשן;
דער װאָס שלאַכט אַ שעפּס,
האַקט אָפּ דאָס געניק פֿון אַ הונט;
דער װאָס ברענגט אױף אַ שפּײַזאָפּפֿער,
ברענגט אױף בלוט פֿון אַ חזיר;
דער װאָס רײכערט װײַרעך,
בענטשט אַן אָפּגאָט.
אַזױ װי זײ האָבן אױסגעװײלט זײערע װעגן,
און זײערע אומװערדיקײטן האָט באַגערט זײער זעל,
4 אַזױ װעל איך אױך אױסװײלן געשפּעטן איבער זײ,
און זײערע שרעקענישן װעל איך ברענגען אױף זײ;
װײַל איך האָב גערופֿן, און קײנער האָט נישט געענטפֿערט,
גערעדט, און זײ האָבן נישט געהערט;
נאָר זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן,
און װאָס איך האָב נישט געװאָלט האָבן זײ אױסגעװײלט.
5 הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳,
איר װאָס ציטערט איבער זײַן װאָרט:
עס האָבן געזאָגט אײַערע ברידער װאָס האָבן אײַך פֿײַנט,
די װאָס פֿאַרשטױסן אײַך פֿון װעגן מײַן נאָמען:
זאָל ה׳ געערלעכט װערן,
און לאָמיר זען אײַער שׂימחה!
אָבער זײ װעלן פֿאַרשעמט װערן.
6 אַ קֹול פֿון טומל פֿון דער שטאָט,
אַ קֹול פֿון דעם הֵיכל!
אַ קֹול פֿון ה׳ װאָס באַצאָלט
פֿאַרגעלטונג צו זײַנע פֿײַנט.
7 אײדער זי האָט געװײטאָקט,
האָט זי געבאָרן;
אײדער װײעניש איז געקומען אױף איר,
אַזױ האָט זי אַ ייִנגל געהאַט.
8 װער האָט געהערט אַזױנס?
װער האָט געזען אַזױ-װאָס?
װערט אַ לאַנד אױסגעװײטאָקט אין אײן טאָג?
װערט געבאָרן אַ פֿאָלק מיט אײן מאָל?
װאָרעם װי צִיוֹן האָט געװײטאָקט,
אַזױ האָט זי אירע קינדער געבאָרן.
9 װעל איך ביז געבורט ברענגען,
און נישט מאַכן געבערן? זאָגט ה׳;
װעל איך, װאָס מאַך געבערן, פֿאַרהאַלטן?
זאָגט דײַן ג-ט.
10 פֿרײט זיך מיט ירושָלַיִם,
און קװעלט אָן אין איר, אַלע אירע ליבהאָבער;
לוסטיקט אײַך לוסטיק מיט איר,
איר אַלע װאָס טרױערט אױף איר;
11 װײַל איר װעט זײגן און זיך זעטן
פֿון דער ברוסט פֿון אירע נחמות,
װײַל איר װעט זופּן און זיך קװיקן
פֿון דעם זױגנאָפּל פֿון איר שפֿע.
12 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
זע, איך נײַג צו איר שלום װי אַ טײַך,
און װי אַ פֿלײציקן שטראָם די רײַכקײט פֿון די פֿעלקער,
און איר װעט זײגן דערפֿון.
אױפֿן זײַט װעט איר געטראָגן װערן,
און אױף די קני װעט איר געצערטלט װערן.
13 װי אײנער װאָס זײַן מוטער טוט אים טרײסטן,
אַזױ װעל איך אײַך טרײסטן;
און אין ירושָלַיִם װעט איר געטרײסט װערן.
14 און איר װעט זען, און אײַער האַרץ װעט זיך פֿרײען,
און אײַערע בײנער װעלן װי גראָז בליִען;
און די האַנט פֿון ה׳ װעט דערװוּסט װערן בײַ זײַנע קנעכט,
און ער װעט צערענען אױף זײַנע פֿײַנט.
15 װאָרעם זע, ה׳ װעט קומען מיט פֿײַער,
און װי אַ שטורעמװינט זײַנע רײַטװעגן,
אױסצולאָזן מיט גרים זײַן צאָרן,
און זײַן אָנגעשרײ מיט פֿלאַמען פֿײַער.
16 װאָרעם מיט פֿײַער טוט זיך משפּטן ה׳,
און מיט זײַן שװערד, מיט אַלע לײַבער;
און פֿיל װעלן זײַן די דערשלאָגענע פֿון ה׳.
17 די װאָס הײליקן זיך און רײניקן זיך צו גײן אין די גערטנער, הינטער אײנער אין מיטן, די װאָס עסן פֿלײש פֿון חזיר, און אומװערדיקײטן און מײַז, װעלן אין אײנעם פֿאַרלענדט װערן, זאָגט ה׳. 18 װאָרעם זײערע מעשׂים און זײערע טראַכטונגען; די צײַט קומט אײַנצוזאַמלען אַלע פֿעלקער און לשונות, זײ זאָלן קומען און זען מײַן כּבֿוד. 19 און איך װעל טאָן צװישן זײ אַ װוּנדערצײכן, און איך װעל שיקן פֿון זײ אַנטרונענע צו די פֿעלקער, צו תַּרְשִיש, פּול, און לוד, די בױגנשפּאַנערס, צו תּובַֿל און יָוָן, די װײַטע אינדזלען, װאָס האָבן נישט געהערט מײַן הערונג, און נישט געזען מײַן כּבֿוד; און זײ װעלן דערצײלן מײַן כּבֿוד צװישן די פֿעלקער. 20 און זײ װעלן ברענגען אַלע אײַערע ברידער, פֿון אַלע פֿעלקער, אַ מתּנה צו ה׳, אױף פֿערד און אױף קאָטשן און אױף טראָגװעגן, און אױף מױלאײזלען, און אױף יאָגקעמלען, צו מײַן הײליקן באַרג ירושָלַיִם, זאָגט ה׳, אַזױ װי די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל ברענגען דאָס שפּײַזאָפּפֿער אין אַ רײנער כּלי אין הױז פֿון ה׳. 21 און אױך פֿון זײ װעל איך נעמען פֿאַר כּהנים און פֿאַר לוִיִים, זאָגט ה׳.
22 װאָרעם װי די נײַע הימלען,
און די נײַע ערד, װאָס איך מאַך,
װעלן באַשטײן פֿאַר מיר, זאָגט ה׳,
אַזױ װעט באַשטײן אײַער זאָמען און אײַער נאָמען.
23 און עס װעט זײַן,
ראָש-חודש אין ראָש-חודש,
און שבת אין שבת,
װעלן קומען אַלע לײַבער,
זיך בוקן פֿאַר מיר, זאָגט ה׳.
24 און זײ װעלן אַרױסגײן און װעלן קוקן אױף די פּגָרים פֿון די מענטשן װאָס האָבן געבראָכן אָן מיר; װאָרעם זײער װאָרעם װעט נישט שטאַרבן, און זײער פֿײַער װעט נישט פֿאַרלאָשן װערן, און זײ װעלן זײַן אַן פֿאַרשעמען פֿאַר אַלע פֿלײש.