1 גענענט, איר פֿעלקער, צו הערן,
און איר אומות, פֿאַרנעמט;
זאָל הערן די ערד און איר פֿולקײט,
די װעלט און אַלע אירע שפּראָצונגען.
2 װאָרעם ה׳ האָט אַ כּעס אױף אַלע פֿעלקער,
און אַ גרימצאָרן אױף זײער גאַנצן חיל;
ער האָט זײ צו חרם געמאַכט,
זײ איבערגעגעבן צו דער שחיטה.
3 און זײערע דערשלאָגענע װעלן זיך װאַלגערן,
– און פֿון זײערע פּגָרים װעט אױפֿגײן אַ געשטאַנק,
און די בערג װעלן צעגײן פֿון זײער בלוט.
4 און דער גאַנצער חיל פֿון הימל װעט צעקריכן,
און די הימלען װעלן װי אַ מגילה זיך אױפֿװיקלען,
און זײער גאַנץ חיל װעט אַראָפּװעלקן,
װי אַ בלאַט װעלקט פֿון װײַנשטאָק,
און װי פֿאַרװעלקט פֿון אַ פֿײַגנבױם.
5 װאָרעם אָנגעטרונקען אין הימל האָט זיך מײַן שװערד,
אָט װעט זי אױף אֶדוֹם אַראָפּנידערן,
און אױף דעם פֿאָלק פֿון מײַן חרם, צום משפּט.
6 ג-טס שװערד איז פֿול מיט בלוט,
געזעפֿטיקט מיט פֿעטס,
מיט בלוט פֿון לעמער און בעק,
מיט נירנפֿעטס פֿון װידערס;
װאָרעם ה׳ האָט אַ שלאַכטונג אין בָצרָה,
און אַ גרױסע שעכטונג אין לאַנד אֶדוֹם.
7 און נידערן װעלן װיזלטירן מיט זײ,
און בולן מיט אָקסן;
און אָנטרינקען װעט זיך זײער ערד מיט בלוט,
און זײער שטױב װעט זיך זעפֿטיקן מיט פֿעטס.
8 װאָרעם אַ טאָג פֿון נקמה איז בײַ ה׳,
אַ יאָר פֿון באַצאָלונג פֿאַר דעם קריג פֿון צִיוֹן.
9 און פֿאַרקערט װערן אין פּעך װעלן אירע שטראָמען,
און איר שטױב אין שװעבל,
און איר ערד װעט װערן ברענענדיקע פּעך.
10 טאָג און נאַכט װעט זי נישט פֿאַרלאָשן װערן,
אױף אײביק װעט אױפֿגײן איר רױך;
פֿון דור צו דור װעט זי װיסט זײַן,
אױף אײביקאײביקײטן װעט קײנער נישט דורכגײן דורך איר.
11 און יַרשען װעלן זי דער פּעליקאַן און דער זומפּבושל,
און די סאָװע און דער ראָב װעלן רוען אין איר;
און ער װעט ציִען אױף איר אַ שנור פֿון װיסטקײט,
און אַ גרונטװאָג פֿון לײדיקײט.
12 פֿון אירע אַדללײַט װעט נישט זײַן דאָרט
װער עס זאָל אַ מלוכה אױסרופֿן;
און אַלע אירע שׂרָרות װעלן װערן צו נישט.
13 און אױפֿגײן װעלן דערנער אין אירע פּאַלאַצן,
און קראָפּיװע און שטעכגעװעקס אין אירע פֿעסטונגען;
און זי װעט זײַן אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן,
אַ געהעפֿט פֿאַר שטרױספֿױגלען.
14 און װילדע קעץ װעלן אָנטרעפֿן מדבר-הינט,
און אַ שד װעט רופֿן צו זײַן חבֿר;
יאָ, דאָרטן טוט לילית רוען,
און געפֿינט איר מנוחה.
15 דאָרט מאַכט די פֿײַלשלאַנג איר נעסט, און לײגט,
און בריט און װאַרעמט אין איר שאָטן;
יאָ, דאָרט זאַמלען זיך האַביכפֿױגלען
אײנער צום אַנדערן.
16 פֿאָרשט אין ה׳ס בוך, און לײענט;
קײנס פֿון די דאָזיקע איז נישט געמינערט,
קײנס פֿעלט נישט צום אַנדערן.
װאָרעם מײַן מױל האָט באַפֿױלן,
און זײַן רוּחַ האָט זײ אײַנגעזאַמלט.
17 און ער האָט זײ געװאָרפֿן אַ גורל,
און זײַן האַנט האָט עס זײ צעטײלט מיט אַ שנור;
ביז אײביק װעלן זײ עס יַרשען,
אױף דור-דורות װעלן זײ רוען דערין.