Publicidade

Isaías 35

1 לוסטיק זײַן װעלן דער מדבר און די טריקעניש,

און פֿרײען װעט זיך די װיסטע,

און בליִען װי אַ רױז.

2 בליִען װעט זי בליִען, און זיך פֿרײען,

יאָ, מיט פֿרײד און געזאַנג;

די פּראַכט פֿון לבֿנוֹן איז איר געגעבן,

די שײנקײט פֿון כַּרמֶל און שָרוֹן;

זײ װעלן זען די פּראַכט פֿון ה׳,

די שײנקײט פֿון אלוקינו.

3 שטאַרקט די שלאַפֿע הענט,

און די שטרױכלדיקע קני טוט פֿעסטיקן.

4 זאָגט צו די אומרויִקע הערצער:

זײַט שטאַרק, האָט נישט מורא;

אָט איז אלוקיכם, ער װעט קומען מיט נקמה,

מיט פֿאַרגעלטונג פֿון אלֹקים

װעט ער קומען און אײַך העלפֿן.

5 דענצמאָל װעלן אױפֿגעמאַכט װערן די אױגן פֿון בלינדע,

און די אױערן פֿון טױבע װעלן געעפֿנט װערן.

6 דענצמאָל װעט אַ הינקעדיקער שפּרינגען װי אַ הינד,

און די צונג פֿון אַ שטומען װעט זינגען;

װאָרעם אין מדבר ברעכן אױס װאַסערן,

און בעכן אין דער װיסטע.

7 און דאָס הײסע געזעמדן װעט װערן אַ טײַך,

און דער דאָרשטיקער לאַנד — קװאַלן װאַסער;

אין װױנאָרט פֿון שאַקאַלן, װוּ זײ האָבן לײגן, װעט זײַן גראָז,

מיט ראָר און יאַמש.

8 און דאָרט װעט זײַן אַ שטעג און אַ װעג,

און דער הײליקער װעג װעט מען אים רופֿן;

נישט דורכגײן װעט אים אַן אומרײנער,

נײַערט פֿאַר זײ װעט ער זײַן;

װעגגײער אַפֿילו אומגעניטע װעלן נישט בלאָנדזשען.

9 דאָרט װעט נישט זײַן קײן לײב,

און קײן װילדע חיה װעט נישט אַרױפֿגײן אױף אים –

זײ װעלן זיך דאָרט נישט געפֿינען.

און די אױסגעלײזטע װעלן גײן,

10 און די דערלײזטע פֿון ה׳ װעלן צוריקקערן,

און װעלן קומען קײן צִיוֹן מיט געזאַנג,

און אַן אײביקע שׂימחה װעט זײַן אױף זײער קאָפּ;

שָׂשׂון און שׂימחה װעט זײ באַקומען,

און אַנטלױפֿן װעלן טרױער און זיפֿצעניש.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-