Publicidade

Isaías 46

1 געקניט איז בֵל, געבױגן איז נבֿוֹ;

זײערע געצן זײַנען אױף בהמות און אױף לאַסטפֿי;

די װאָס איר פֿלעגט זיך אומטראָגן מיט זײ,

זײַנען אױפֿגעלאָדן, אַ משׂא אױף מידע בהמות.

2 זײ זײַנען געבױגן, געקניט אין אײנעם;

זײ האָבן נישט געקענט ראַטעװען די משׂא,

און זײ אַלײן זײַנען אין געפֿאַנגענשאַפֿט אַװעק.

3 הערט מיר צו, איר הױז פֿון יעקבֿ,

און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון הױז יִשׂרָאֵל,

איר געפּעסטעטע פֿון מוטערלײַב,

איר געטראָגענע פֿון געבערמוטער:

4 אַפֿילו ביז עלטער בין איך דער אײגענער,

און ביז גראָע האָר װעל איך טראָגן;

איך האָב געמאַכט, און איך װעל טראָגן,

און איך װעל אױף זיך נעמען און װעל ראַטעװען.

5 צו װעמען װילט איר מיך צוגלײַכן און גלײַכשטעלן,

און מיך פֿאַרגלײַכן, אַז מיר זאָלן גלײַך זײַן?

6 איר װאָס שיט גאָלד פֿון בײַטל,

און װעגט זילבער אױפֿן װאָגשטאַנג;

װאָס דינגט אַ שמעלצער ער זאָל דערפֿון מאַכן אַ ג-ט,

מע זאָל זיך קניִען און בוקן.

7 מע נעמט אים אױפֿן אַקסל, מע טראָגט אים,

און מע שטעלט אים אַװעק אױף זײַן פּלאַץ,

און ער שטײט, ער רירט זיך נישט פֿון זײַן אָרט;

אַפֿילו עמעצער שרײַט צו אים, ענטפֿערט ער נישט,

פֿון זײַן נױט טוט ער נישט העלפֿן.

8 געדענקט דאָס, און מינטערט אײַך אױף,

נעמט, איר פֿאַרברעכער, צום האַרצן.

9 געדענקט דאָס פֿריִערדיקע פֿון אײביק אָן:

אַז איך בין אֵל, און מער איז נישטאָ,

אלֹקים, און נישטאָ מײַן גלײַכן.

10 איך זאָג אָן פֿון אָנהײב דעם סוף,

און פֿון פֿאַרצײַטן, װאָס איז נאָך נישט געשען;

איך זאָג: מײַן באַראָט זאָל באַשטײן,

און אַל מײַן באַגער װעל איך טאָן.

11 איך רוף פֿון מזרח דעם רױבפֿױגל,

פֿון אַ װײַטן לאַנד דעם מאַן פֿון מײַן באַראָט;

יאָ, איך האָב גערעדט, און איך װעל עס ברענגען,

איך האָב באַשערט, און איך װעל עס טאָן.

12 הערט מיר צו, איר שטאַרקהאַרציקע,

װאָס שפּירט זיך װײַט פֿון גערעכטיקײט:

13 איז דערנענטערן מײַן גערעכטיקײט,

זי איז נישט װײַט,

און מײַן ישועה װעט נישט זאַמען;

און איך װעל געבן אין צִיוֹן אַ ישועה

פֿאַר יִשׂרָאֵל מײַן צירונג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-